🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'מעמד בקשת רחמים' ואמירת כל ספר תהילים לרגל סיום ימי השובבי"ם היינט אין די פארטאגס שעה'ן בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס בהשתתפות הונדערטער אנשי שלומינו. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים תנאים פון בת הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו עב"ג החתן בן הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו פארגאנגענעם מיטוואך יתרו אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רבינו אין קרית יואל. ~🌴~
אינדערפרי ארום 6:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אויפדערנאכט ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת התנאים פון תלמידו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר חתן הגה"צ אבד"ק פאשקאוויטץ שליט"א, וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ש"ב הר"ר מרדכי יודא הורוויץ שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין שווער הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א.
שפעטער אויפדערנאכט זענען געקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב שליט"א הנהלת כולל חבת ירושלים וועלכע האבן געלאדנט דעם רב אויף א חנוכת הבית אינעם נייעם לאקאל אין וויליאמסבורג װאס קומט פאר דעם מיטוואך משפטים, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס מיט די הנהלה און דער רב האט אנגעוואונטשן פארן מנהל הכולל הגה"צ מדאמבראווא שליט"א.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר הערשל מיטטעלמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין עזרת נשים שע"י ביהמ"ד הגדול, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר שלמה יעקב מערץ הי"ו, און ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל פרענקל הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויפ'ן פסוק 'צמאה לך נפשי כמה לך בשרי' אין קאפיטל ס"ג פסוק ב' און דער רב האט אויסגעטייטשט דעם פסוק בדברי אגדה, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט מיט גרויס הרגש של שמחה איבער די ימי השמחה וואס זענען יעצט אריבער און קומט צום גמר ווי מ'האט געהאט דעם געלעגנהייט זיך מיטצופרייען אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, אנגעהויבן פונעם לחיים ביום החופה בהיכל הישיבה און מחיל אל חיל ביים חתונה ווען דער רב איז ארויס אין א באזונדערע טאנץ מיט די תלמידי הישיבה פאר א לענגערע צייט, און אזוי ווייטער במשך פונעם שבת שבע ברכות ווען די בחורים האבן געהאט די זכיה צו עסן די סעודת ליל שבת קודש מיט'ן רב און ספעציעל שבת בייטאג ביים סעודה בראשות די געהויבענע זיידע דער ראש בית אב כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן וויאזוי די תלמידים פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ והערצה, און אזוי אויך איז געווען א גרויסע הנאה אז פילע תלמידי הישיבה האבן זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות מוצאי שבת קודש פאר אלע חברי חבורת קדושת יום טוב בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, און דער רב האט ממשיך געווען אז די בחורים דארפן אבער פארשטיין אז מען קען נישט אזויפיל מבטל תורה זיין און מען מוז זיך אריינלייגן צוריק אין די סדרי הישיבה געהעריג, און אפי' עס שטייט טאקע כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה מיינט עס אז מען דארף וויסן וויפיל צו מבטל תורה זיין ווייל אויב מען וועט אייביג נאר זיין פארנומען מיט שמחת חתן וכלה און מען וועט נישט לערנען וועט מען דאך זיכער נישט זוכה זיין צו תורה, און דער רב האט אויסגעפירט אז צוליב דעם וועט נישט פארקומען די געפלאנטע גרויסע שמחת השבע ברכות בהיכל הישיבה אזויווי די פלענער האבן געלויטעט נאר מען וועט מאכן א קלענערע לחיים אנשטאט דעם מסיים צו זיין די ימי השמחה כדי די ישיבה זאל נישט נאכאמאל געשטערט ווערן, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת, און ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס ארום 6:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל פרענקל הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
אום 6:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה אינאיינעם מיט די בחורים, צוערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגוני הודאה, צווישן אנדערע דעם לענגערע ניגון מזמור לדוד וואס מען האט אויסגעלערנט פאר די בחורים אין די פארגאנגענהייט לכבוד די ימי השמחה, דערנאך האט איינער פון די חשוב'ע תלמידי הישיבה פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה לכבוד השמחה און אנגעהויבן מיט דברי תורה על פרשת השבוע משולב מיט עניני שמחת חתן וכלה, דערנאך האט דער רב שטארק ארויסגעהויבן די פילצאליגע תלמידי הישיבה וואס זענען איינגעשריבן אין ראם פון חבורת קדושת יום טוב און מחזק געווען מיט לענגערע דברי הדרכה אז מען זאל זעהן צו אויסנוצן די לעצטע טעג פון די ימי השובבי"ם לעלות מעלה מעלה און זיך גרייטנדיג פאר א דערהויבענעם יו"ט פורים הבעל"ט, און דערביי מעורר געווען די בחורים צו זינגן און הערן בלויז היימישע ניגונים און נישט טאנצן אויף די אלע היינטיגע אזוי גערופענע ניגונים, באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם גרויסן עבודה וואס אונזערע רבי'ס לבית סיגוט סאטמאר האבן אריינגעלייגט זיך צוגרייטנדיג צו א שבת קודש באש להבת שלהבת, אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז די בחורים זאלן זעהן צו אנטיילנעמען ביים גרויסן מעמד בקשת רחמים דעם קומענדיגן ליל שישי בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך האט דער רב צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים.
ארום 11:35 פארמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ב ע"א - ל"ה ע"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים לרגל השמחה השורה בביתו פונעם רב שליט"א, דער רב האט משמיע געווען טרעפליכע ווערטער לכבוד השמחה און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע משתתפי השיעור ברכות לרוב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב שטערן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
ארום 9:10 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פריעדמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך קהילת מאשלוי לכבודו פונעם זיידע האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן גאנצן אויבנאן און דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די זיידע האדמו"ר ממאשלוי שליט"א און מיט הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים, פארן זיידע האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און פאר אלע משתתפים, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד השמחה, און דער רב האט פארלאזט דעם שמחת השבע ברכות אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס.
אום 10:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אויף א ניחום אבלים ביי משפחת גאלדבערגער היושב שבעה ע"פ אביהם הרה"ח ר' ישראל דוב ז"ל.
ארום 10:30 איז דער רב אריינגעקומען אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף איהעל קט. צום פריוואטן שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך מרן רבינו שליט"א פאר די בחורים פון די ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' וומ"ס חברי "חבורת קדושת יום טוב" וועלכע איז נתייסד געווארן דורכ'ן רב שליט"א צו לערנען ספרי חסידות מידי שבוע בשבוע ובפרט פאר די ימים טובים און נאך פיל.
אום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה, נאכן זיך וואשן האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט בנו דער רב שליט"א און די גאנצע אויבנאן, נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומ"ס, האט פארגעשטעלט פילע שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן בנוגע פילע ענינים בנוגע מנהגי ישראל, חסידות, לימודים, און נאך, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט בדברי דרוש בעניני נשואין, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און צווישן אנדערע אויסגעשמועסט די כח פון נגינה און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די היינטיגע ניגונים אויף וואס מען טאנצט ביי חתונות און מעורר געווען אוועקצושטיין פון די היינטיגע ניגונים, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון בנו דער רב שליט"א אויף די כוחות וואס ער לייגט אריין אין די בחורים און גיבט זיך אפ בלב ובנפש פאר די הצלחה פון די ישיבות און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א, שבע ברכות: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וומ"ס. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים צבי ראטענבערג שליט"א, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הצדק קרית יואל =
במשך שבת קודש האט כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין קרית יואל לרגל דעם שמחת השבע ברכות, און מיטגעהאלטן די תפילות און טישן שבת בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
ליל שבת קודש נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער צום זאל שע"י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול מרן רבינו שליט"א אויף צאנז קט. וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה פון אלע צדדים, באזונדער האבן געהאט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן דעם סעודה די תלמידי ישיבה לצעירים.
ארום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען צום סעודה, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך געמאכט קידוש און מוציא געווען כל הנאספים, דערנאך האט זיך דער רב געוואשן און טועם געווען פון די חלה און פיש און דערנאך געוואונטשן לחיים. מען האט אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה און עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע פון די בני משפחה, צווישן זיי האט אויפגעטרעטן בנו הרה"ג ר' אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבת תורת חסד לאנדאן, וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם רב ווי שטארק דער רב איז אריינגעטוהן אינעם ישיבה און שטענדיג זוכט מען מיט וואס מען קען פארבעסערן ושמעו הולך בכל המדינות און אפי' ביז לאנדאן קען מען מיטהאלטן ווי פארנומען די טאטע זאל זיין געזונט איז בעניני הישיבה, דערנאך האט הרה"ג ר' אלעזר שליט"א ארומגערעדט בשבחו פונעם מחותן דער אבי הכלה אחיו הרה"ג ר' חיים צבי שליט"א אז אפי' מען האלט אינמיטן א שמחה איז מען אייביג דא מיט וואס מען קען נאר ארויסהעלפן א צווייטן און דערנאך צוגעענדיגט מיט א ברכה פאר די חתן כלה.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א צו תפילת שחרית, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הישיבה און געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געענדיגט ארום 10:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 12:45 מיטאג איז דער רב אנגעקומען אין נארטוועיל ניו דזשערסי וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים נגד פגעי הטעכנאלאגיע אינאיינעם מיט פילע רבנים פון איבער גרעיטאר ניו יארק, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, מ'האט דן געווען פילע שאלות און נושאים אין דעם ענין פון כשר'ע טעלעפאונען, מ'האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.
ארום 6:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה צום שמחת השבע ברכות פון נכדתו הכלה בת לבנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, צוגעשטעלט דורך די הנהלת הישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, ביים אריינקומען האט דער רב געטאנצן פאר עטליכע מינוט אויפ'ן פלאץ, און דערנאך זיך געוואשן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א - ר"מ בישיבה, און דערנאך האט נכדו הבה"ח זלמן לייב גלאנץ ני"ו - ממצוייני תלמידי הישיבה געזאגט דברי תורה בעניני נישואין, און אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ארי' בוכינגער שליט"א - ר"מ בישיבה, במשך דעם שבע ברכות האבן די בחורים געזינגען פילע ניגוני שמחה.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה לכבוד השמחה און אנגעהויבן מיט דברי תורה על פרשת השבוע משולב מיט עניני שמחת חתן וכלה, באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח די הנהלת הישיבה וועלכע רוהט נישט איין און מאכט זיכער אז די בחורים קענען שטייגן אויף אן אויסטערלישן פארנעם אן קיין זייטיגע עיכובים, ובפרט האט דער רב באדאנקט די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די מלאכת הבנייה פון די צוויי בניני הישיבות און צוגעהאלפן אז די ישיבה זאל קומען אל המנוחה ואל הנחלה כדי די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען אן קיין שום שטער, דער רב האט אויסגערעכנט די נעמען פון די אלע עוסקים בדבר מצוה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה, שבע ברכות: בני הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א - מנהל סניף שביל התורה.
דערנאך איז דער רב אראפ פונעם אויבנאן און געטאנצן אינאיינעם מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט, דער רב איז געטאנצן מיט'ן חתן און דערנאך מיט די מחותנים, און אין א באזונדערע ריקוד מיט די מנהלים און מגידי שיעור.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון גני קליין, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויפ'ן פסוק צמאה לך נפשי כמה לך בשרי אין קאפיטל ס"ג פסוק ב', דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם ענין פון קדושת האכילה און אלע הלכות וויאזוי מ'דארף זיך צו פירן ביים עסן, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'קען אמאל זיין אז צוויי בחורים עסן אויפ'ן זעלבן טיש און די זעלבע עסן אבער די חילוק צווישן די צוויי איז גאר גרויס און איינער באקומט דערפאר עולם הבא און איינער ח"ו נישט, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת, ארום 11:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג', און דערנאך ארום 6:30 תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר יוסף בנימין אליעזר שטערן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים וואלף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל מרדכי פיש הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר משה ווייזער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס יואל, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יוסף חביב באסול הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אלי' יואל סאלאמא הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן ניישטאדט הי"ו און מוה"ר זלמן לייב פערל הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אפריון קראסנא, און דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק צום שמחת השבע ברכות פון נכדתו הכלה בת הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, דער רב איז אנגעקומען אין ביהמ"ד דאמבראווא אין ב"פ וואו עס איז פארגעקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מחותן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ ר' יושע רובין שליט"א - אבד"ק באבוב-45, און מיט'ן מחותן, עס האט אויפגעטרעטן בן האדמו"ר מ'באבוב-45 שליט"א און ארומגערעדט בדברי תורה לכבוד השמחה, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן און די מחותנים, און דער רב האט פארלאזט דעם שמחה.
פון דארט האט זיך דער ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין שטאט, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו - וומ"ס, און מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט., ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק אייזיק שווארץ הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון כינור דוד, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ב"ר אהרן ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אלימלך רייך הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נכדת בנו בכורו הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, יום ב' יתרו במקהלות אלפי אנ''ש בהיכל ביהמ"ד הגדול וומ"ס.