🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת ויקה"פ - שבת החודש - מבה"ח ניסן=
ערש"ק ארום 7:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' טובי' גדלי' לעווי הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן ניישטאדט הי"ו, דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען נכדו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
נאכ'ן בענטשן האט דער רב פארציילט עובדות וספירים פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך כ"ט אדר, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל ר' משה עמרם ליבערמאן הי"ו - מאנסי און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו - ק"י, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרא איז צוגעגאנגען משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית ויוצר און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות, דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כנהוג, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה אליעזר שפילמאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל מרדכי ראזענבערג הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' מנחם מאיר גליק הי"ו, לוי: החתן ב"ר הלל מאשקאוויטש הי"ו, שלשי: החתן ב"ר אברהם גרין הי"ו, רביעי: החתן בהרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, חמישי: החתן ב"ר יואל יצחק ראזענבערג הי"ו, שישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' יואל בר"נ וועלץ הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' הלל מאשקאוויטש הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' נחום וועלץ הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל מייזעלס הי"ו - ק"י, מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געזאגט דעם לשם יחוד און מ'האט געליינט די קריאה פון פרשת פרה, הגבה: הרה"ח ר' יואל וואלף ווייסמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון יעקב ישכר פאלאטשעק הי"ו, נאכן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התלהבות, דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ביי חזרת הש"ץ האט מען געזאגט די יוצרות פיוטים, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר משה אליעזר ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' וואלף בער וויזענפעלד הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו - מאנטריאל היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון קרן ויואל משה אין קרית יואל. ~🌴~
אינדערפרי ארום 7:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ברך משה בבית מדרשינו בנין בראך, נאכן דאווענען איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
ארום 6:15 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר דוד ארי' בביהמ"ד הגדול.
נאך מנחה אום 6:40 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א צום וועכענטליכע שבת אחים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה לשבת קודש, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'לא תבערו אש בכל מושבותיכם' און אריינגעטייטש טרעפליכע פשטים, דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים אז ווען מען איז אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור שושן פורים האט רבינו שליט"א איבערגעגעבן גוטע גריסן פון די ביידע ישיבות במשך ימי הפורים, און דער רב האט צוגעענדיגט אז אזעלכע בחורים וואס ווייסן וויאזוי זיך צו פירן אין אזעלכע געהויבענע טעג, איז זיכער אז מען פירט זיך שבת קודש מיט א דערהויבנקייט, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
מ'האט געענדיגט ארום 7:20 און דער רב האט פארלאזט דעם הישיבה, אויפן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א.
דער רב איז אנגענומען ארום 7:30 און אריין בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים מיט דברי תורה, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה לשבת קודש, דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים אז ווען מען איז אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור שושן פורים האט רבינו שליט"א איבערגעגעבן גוטע גריסן פון די ביידע ישיבות במשך ימי הפורים, דער רב האט ממשיך געווען אז אזעלכע בחורים וואס ווייסן וויאזוי זיך צו פירן אין אזעלכע געהויבענע טעג, איז זיכער אז מען פירט זיך שבת קודש מיט א דערהויבנקייט, דערנאך האט דער רב משמיע געווען קורצע דברי הספד נאך די פריצייטיגע פטירה פון האברך ר' יואל דאנא ע"ה, און די בחורים האבן זיך געזעצט לערנען לעילוי נשמתו פאר א האלבע שעה. נאכן סדר הלימוד איז פארגעקומען א מעמד חלוקת פרסים וואו דער רב האט פארטיילט דעם נייעם ספר 'אמירא נעימה' פאר די בחורים וואס האבן אויפגעטריבן גרעסערע סכומים משך די ימי הפורים, מ'האט געענדיגט ארום 8:20 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.
אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן ב"ח ש"ב הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן מחותנים און גרויסע זיידעס. דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אויבנאן, און דערנאך אהיימגעפארן קיין וומ"ס.
ארום 6:10 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילַת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אפרים פישל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא, ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן ע"ה אין די זאל פון סעליש, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר דוד שלמה בערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים פארגעס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר הלל מאשקאוויטש שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל וואלף ווייסמאן הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל, און ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' שמואל שמעלקא מיטטעלמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים אייכלער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, פאר קדיש האט דער רב געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין.
ארום 10:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט געמאכט א לחיים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען מילי דצדיקא פארציילדיג עובדות וסיפורים פון די צדיקי הדורת און די קשר וואס מען מוז האלטן מיט אונזערע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור, און דערביי האט דער רב מעורר געווען אז מען זאל נזהר זיין צו זיך באקליידן בלויז מיט ערליכע לבושים מיט וואס מען וואלט זיך נישט געשעמט אריינצוגיין לפני ולפנים ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
אום 5:30 איז דער רב אנגעקומען בהיכל הכולל 'מבצר הלומדים' בביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל נישואי החתן משה בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראש הכולל, דער רב האט געמאכט א לחיים און עס האט אויפגעטראטן הרה"ג הראה"כ שליט"א, דער רב האט משמיע געווען דברי תורה, און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת', אז נאר אויף די וועלט מעג מען נישט בויען די ביהמ"ק אום שבת, אבער לערנען אום שבת אפי' עס בויעט די ביהמ"ק של אש אויף יענע וועלט מעג מען יא, און דערביי מחזק געווען די אינגעלייט לומדי הכולל צו אנגיין מיט א שטארקייט מיט די לימודים, דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פונעם ראה"כ שליט"א וואס גיבט זיך אסאך אוועק להגדיל תורה ולהאדירה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. דערנאך איז דער רב ארויס אין א טאנץ אינאיינעם מיט'ן גאנצן אויבנאן און באזונדער מיט'ן ראש הכולל שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 6:20 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 8:10 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל יצחק ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברנ"ח וועלץ הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך איז דער רב אריבער צום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה ובני המשפחה, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר משה יודא הירש הי"ו און מוה"ר שאול בראך הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון א קינד פון מחותנו הגה"צ אבד"ק לינסק שליט"א צוגעשטעלט דורכן זיידן מחותנו הגה"צ ר' יעקב הורוויץ שליט"א - אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר אין די זאלן פון אמונת ישראל, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס ברכות לרוב, פון דארט איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאץ מאנטריאל זצ"ל וחתן הגה"צ אב"ד ליזענסק שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאץ מאנסי שליט"א וחתן האדמו"ר ראחמסטריווקא וומ"ס שליט"א אין די זאלן פון אהל לאה, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט געוואונטשן האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און די חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ לכבוד די שמחה.
אינדערפרי ארום 10:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלשי.
אין די מיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל.
נאכמיטאג איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף איהעל קט. צום סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון זקינו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל געפראוועט געווארן דורך רבינו שליט"א פריוואט פאר די בני המשפחה.
ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צום סעודת הילולא, דער רבי האט זיך געוואשן צום יארצייט סעודה, ביים סעודה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און ארומגערעדט זכרונות פונעם זיידן זצ"ל און נאך, דערביי האט דער רב איבערגעגעבן אז די מאמע הרבנית הצדיקת תליט"א איז מנדב דעם זכות שם ההיכל בבנין החדש פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה און וועט גערופן ווערן 'היכל ישועות משה', און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען בנו בכורו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 5:30. דערנאך איז דער רב ארויף בביתו נאוה קודש וואו דער רב האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט רבינו שליט"א.
אויפדערנאכט ארום 7:50 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין קרית יואל, ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים ווייס הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל פישל פריעד הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א - ר"מ בישיבה"ק אין די זאל פון כינור דוד, ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים וומ"ס, עב"ג הכלה בת הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה"ק.
ארום 8:25 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום דקהילתינו הק', נאך מעריב האט זיך דער רב אומגעקוקט אינעם גאנצן ביהמ"ד אין באגלייטונג פון אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאץ מאנטריאל זצ"ל וחתן הגה"צ אב"ד ליזענסק שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' שלום מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד שאץ מאנסי שליט"א וחתן האדמו"ר ראחמסטריווקא וומ"ס שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון כתר ריזל, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און אין א באזונדערע ריקוד מיט ידידו האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"צ ר' נתן זעגעלבוים שליט"א מווינא ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ברי"ש טויב שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר.
אינדערפרי ארום 8:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול, און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף מ"א ע"א - מ"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 6:35 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שמואל דוד הורוויץ הי"ו, אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל לעווי הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה יושע ווירצבערגער הי"ו אין די זאל פון עמינענס, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב גאלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר הי"ו אין די זאל פון , און דערנאך איז דער רב צוריק געפארן קיין וומ"ס.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש, ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א - חבר בד"ץ ק"י, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב ומו"ץ בית מדרשינו בנין בראך אין די זאל פון ויואל משה, און ביים חתונה פון החתן בן הר"ר מרדכי יעקב שווייד שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אפרים יצחק הילמאן שליט"א אין די זאל פון כתר ריזל.
ארום 9:35 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יחיאל מיכל בערקאוויטש הי"ו און מוה"ר דוד מאיר ווייס הי"ו, אין די זאל פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר פנחס שווארץ הי"ו און מוה"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו, אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס, און דער רב האט געליינט תנאים, און ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר שמואל דוד הורוויץ שליט"א , אין די זאל פון גינת אסתר.
ארום 6:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל עזרא פריעדמאן הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: ר' געלדצעהלער הי"ו, בעל קורא: הר"ר נחום אלישע הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, כהן: הרה"ח ר' יוסף יעקב קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע פסוקי הפרשה און פון פרשת פרה, און אויסגעטייטשט די פסוקים אויף עטליכע מהלכים בדרך אגדה און מוסר והתחזקות, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בדברי התחזקות אין עבודת ה' ובפרט אין עבודת התפילה, דער רב האט מעורר געווען און פארלאנגט פון די חשוב'ע מתפללי הביהמ"ד אז מען זאל פרובירן מכוון צו זיין די פירוש המילות און אזוי אויך זאל מען זעהן צו דאווענען תפילה בציבור מרישא ועד גמירא און בפרט שבת, באזונדער האט דער רב אויפגעפאדערט פון אלע באי הביהמ"ד במשך דעם גאנצן וואך אז מען זאל זעהן נזהר זיין בכבוד בית ה' ווען מען קומט דאווענען און מען זאל ח"ו נישט ארויסנעמען קיין כלים טמאים וואס זענען גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ברוך וויינער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי מאכן הבדלה, מען האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת כי תשא - שבת פרה - שבת המרומם בביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק' =
ערש"ק ארום 6:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר שמעון גוטמאן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויף לבית בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א - אב"ד סיגוט, וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים סעודת הבאווארפן פון החתן בן הרבני הנגיד ר' ירוחם פישל ריספלער הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' בנימין הירש הי"ו - ק"י, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום התוועדות ליל שב"ק וואו עס זענען געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור אנשי שלומינו זקנים נערים, און אזוי אויך האבן זיך באטייליגט פילע רבני קהילתינו ורבני העיר.
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק', דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט פאר א לענגערע צייט בגודל קדושת שבת קודש און בפרט בעת רעוא דרעוין.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק', ויהיו רחמיך: האדמו"ר מצאנז סטראפקוב שליט"א.
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג - כ"א אדר, דערנאך האט דער רב פארגעזינגען אודה לקל.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' אלעזר אייכענשטיין שליט"א - מנהל רוחני במוסדותינו הק' ואב"ד בורשטין, בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' לוי יצחק סופר שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א, דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות, דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כנהוג, ביי חזרת הש"ץ האט מען געזאגט די יוצרות און פיוטים און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר יחזקאל שרגא פרענקל שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, און מוה"ר אברהם יוסף זילבער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר יהושע העשיל זילבער שליט"א, כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו, לוי: מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו, שלשי: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, שישי: הרה"ג שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק', שביעי: מוה"ר משה שמואל שטיין הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' שבתי קארפען הי"ו, הגבה; הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, גלילה: ר' שלמה קליין הי"ו, מפטיר - פרה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' נחום מרדכי ווערצבערגער הי"ו, גלילה: ר' אשר יונה ווייסמאן הי"ו, צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר שמעון פריעדמאן שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אליעזר גרינוואלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אינדערפרי אום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' משה יעקב שאלאמאן הי"ו און חתנו הרה"ח ר' יוסף שלום גאלדבערגער הי"ו היושבים ע"פ בתו - אשתו ע"ה.
ארום 6:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר הערשל שטערן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים יעקב זופניק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו בנין בראך.
אינדערפרי אום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, דערנאך איז דער רב אריבער בהיכל ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן העסקן הרה"ח ר' משולם צבי זילבערשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר צבי גראסבארד הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
דערנאך איז דער רב צוריקגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור, מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 10:20, און דער רב האט זיך געשטעלט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר הילל ראזענבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב וויזעל הי"ו - ק"י, אין די זאל פון דיקאריום, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר משולם צבי זילבערשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר צבי גראסבארד הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
אום 9:20 זענען זיך צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד די אריבער דריי הונדערט בחורי חמד חברי חבורת קדושת יום טוב תלמידים פון די זעקס סניפי הישיבות קטנות שע"י ממלכת התורה וועלכע פאלגן אויס די תקנות החבורה בכל עת ועונה און האבן אין די פארגאנגענע וואכן איינגעהאלטן די קבלות טובות וואס מען האט זיך אונטערגענומען ע"פ דעם הוראה פונעם רב שליט"א כהכנה לקראת יום טוב פורים און עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די אלע בחורים מקבל צו זיין מטבעות קודש מידיו פונעם רב שליט"א ומברכת פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ביים המשך סעודת משתה היין האט דער רב נאך פינעף מאל משמיע געווען דברי תורה בענינים העומדים על הפרק און דערביי אויסגעטייטשט די פסוקי המגילה און נאך, צווישן די דברי תורה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שמחה וצהלה לכבוד היום.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון אהבת ה' און ארויסגעברענגט אז אסאך היינטיגע מגידים זענען פארנומען אז מ'דארף זאגן פאר'ן אויבערשטן דו האסט מיר ליב און איך האב דיר ליב, אבער מ'דארף וויסן אז דאס איז נישט אמת און דער עיקר איז צו האבן א פנימיות'דיגע און טיפע אמת'דיגע אהבה צום אויבערשטן, צווישן אנדערע האט דער רב מוחה געװען אויף דעם וואס מאנכע בקצה המחנה זינגען א ניגון "כ'דארף נישט דיין בעקיטשע" און ארויסגעברענגט אז דער אויבערשטער דארף יא די בעקיטשע פון יעדן איד, און נאך צוגעלייגט אז דער אויבערשטער דארף אויך די בעקיטשע פון א איד אונטערן קיטל יום כיפור, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.
אין א באזונדערע שמועס האט דער רב ארומגערעדט בקול בכי מיט אויסטערלישע געגועים איבער דעם ענין פון האבן א קשר מיט די צדיקים הקודמים, און ארויסגעברענגט ווי ווייט מיר זענען ליידער בדורינו אלה אז מיר האבן נישט קיין שום צדיקים מיט אונז, אבער בהמשך הדברים האט דער רב אויסגעפירט מיט א פלאם פייער אז באמת איז פונקט פארקערט און מחזק געווען אידישע קינדער אז די צדיקים זענען יא דא מיט אונז, און צוגעענדיגט אז צאנז פונדערהיים איז דא! שינאווא פונדערהיים איז דא! סאקמער פונדערהיים איז דא!
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם ענין פון קדושת שבת מיט אן אש קודש, און ארויסגעברענגט אז המן הרשע האט געזאגט שבת היום און פסח היום, אבער ער איז נישט גערעכט, נאר זונטאג איז אויך דא א חיות פון שבת, און מאנטאג לעבט מען אויך וועגן שבת און אזוי ווייטער, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש.
ארום 11:20 האט מען געבענטשט, דער רב האט מכבד געווען מיט ברכת המזון הר"ר אברהם חיים מאטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, נאכ'ן בענטשן זענען די הונדערטער פארזאמלטע אנשי שלומינו ובחורי חמד זקנים ונערים אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך ביים רב שליט"א אין אזא דערהויבענעם טאג, עס האט זיך געשלענגלט א לענגערע רייע פאר א לאנגע צייט, דער רב האט יעדעם באזונדער אנגעוואונטשן די מחסורו אשר יחסר לו און געגעבן ברכות לרוב.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - פורים רב, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד בתופים ובמחולות אויפן וועג אהיים לביתו.
ארום 8:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, דערנאך ארום 10:05 איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער מקיים צו זיין די מצות קריאת המגילה ברוב עם, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן מחצית השקל, און דערנאך געמאכט די ברכות המגילה באש קודש, דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:30, אויפ'ן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט דער רב געגעבן מתנות לאביונים און דער רב איז אהיים לביתו.
אינדערהיים האט דער רב מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צום ערשטן סעודה לכבוד היום.
דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו אריבערצוגיין לברך ולהתברך ביים רב אין אזא געהויבענעם טאג, דער רב האט אויפגענומען פון ארום 1:15 ביז ארום 5:30 נאכמיטאג בביתו, במשכ'ן אויפנעמען האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון אנשי שלומינו, זקנים עם נערים און קבוצות בחורים, ובתוכם אנשים חשובים און רבני ודייני קהילתינו הק', און דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
= סעודת משתה היין =
ארום 6:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול צום סעודת משתה היין לכבוד היום, דער רב האט זיך געוואשן צום צווייטן סעודה לכבוד היום און טועם געווען חלה, נאך די פיש האט דער רב געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רב געטרינקען א צווייטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג, נאך די פלייש האט דער רב געטרינקען א דריטע כוס וויין און נאך די קוגל א פערטע כוס און געוואונטשן לחיים, במשך די סעודה האט זיך דער רב עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות פאר לענגערע מינוטן.
דער רב האט משמיע געווען צוויי מאל דברי תורה לכבוד היום בדרך פרד"ס מיט טרעפליכע טייטשן אין די פסוקי המגילה און נאך, צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט בעניני תפילה, און ארויסגעברענגט אז אידן ווילן דאווענען פאר'ן אויבערשטן אבער אסאך מאל איז מען אויסגעלאשן און ס'איז שווער, און דער רב האט געטייטשט אז דאס איז מען מתפלל נפשי בשאלתי אז אפי' ווען ס'איז עמי א בחינה פון גחלים עוממות, זאל עס זיין בבקשתי מ'זאל קענען געהעריג דאווענען און דער אויבערשטער זאל אננעמען די תפילות, באזונדער האט דער רב האט ארויסגעברענגט אז אסאך מאל בעט מען אן הלואה פון איינעם און דער מלוה זאגט אז כ'וועל דיר עס געבן נישט בארגן, דאס בעט מען פונעם אויבערשוט אז מיינע בקשות זאלן געענטפערט ווערן ס'זאל זיין תנתן לי א לשון נתינה אפי' ווען ס'איז נפשי בשאלתי און איך בעט עס בלשון שאלה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
נאך דעם ערשטן חלק פונעם סעודה ארום 7:30 זענען די באטייליגטע אנשי שלומינו ובחורי חמד אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך ביים רב שליט"א אין אזא דערהויבענעם טאג, און דער רב האט יעדעם באזונדער ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז מען אריבער צו צד דרום בביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט מעריך געווען דעם המשך סעודת משתה היין לכבוד היום ברוב עם.
דער רב האט פארגעזינגען עטליכע ניגוני התעוררות ודביקות בהשתפכות הנפש בגעגועין וכיסופין, דערנאך האט דער רב מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זי"ע צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך, און דער רב האט פארייכערט א ציגאר, דערביי האט מען געזינגען ניגוני דביקות פון רבותינו הקדושים לבית סיגוט פאר א לענגערע צייט, צווישן אנדערע דעם נענועים ניגון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע און נאך, איידערן פאררויכערן דעם ציגאר האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די מנהג וואס הגם מיר פארשטייען נישט פונקטליך וואס געשעט איז עס יסודתו בהררי קודש און מיר וועלן עס אויך טון אלץ מנהג אבותינו בידינו, און דער רב האט צוגעלייגט אז ווען איינער ווערט א חתן איז די מנהג צו טיילן חתן ציגארעטלעך, נו אויב אזוי איז דאך יעצט זיכער א פאסיגע זמן וואס מען קען זיך אויסבעטן שידוכים און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור גוטע שידוכים וכט"ס.
אינדערפרי ארום 9:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ט ע"א - מ"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר ליפא גרויס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אלי' פאדווא שליט"א אין די זאל פון פרדס צבי.
אויפדערנאכט ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יהושע גראס הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן ש"ב הר"ר יעקב יוסף טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א אין די זאל פון עדן לאנדא, דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס הרבנים שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די גאנצע אויבנאן.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן גיסו הר"ר זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ב"פ בן כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א חתן האדמו"ר ספינקא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל, און דערנאך צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר ליפא גרויס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אלי' פאדווא שליט"א אין די זאל פון פרדס צבי.