🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב אדר תשפ״ו · Mar 11, 2026 · 10:59 PM
#2720
= רעוא דרעוין =

ארום 6:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל עזרא פריעדמאן הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' געלדצעהלער הי"ו,
בעל קורא: הר"ר נחום אלישע הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
כהן: הרה"ח ר' יוסף יעקב קאהן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע פסוקי הפרשה און פון פרשת פרה, און אויסגעטייטשט די פסוקים אויף עטליכע מהלכים בדרך אגדה און מוסר והתחזקות,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בדברי התחזקות אין עבודת ה' ובפרט אין עבודת התפילה, דער רב האט מעורר געווען און פארלאנגט פון די חשוב'ע מתפללי הביהמ"ד אז מען זאל פרובירן מכוון צו זיין די פירוש המילות און אזוי אויך זאל מען זעהן צו דאווענען תפילה בציבור מרישא ועד גמירא און בפרט שבת,
באזונדער האט דער רב אויפגעפאדערט פון אלע באי הביהמ"ד במשך דעם גאנצן וואך אז מען זאל זעהן נזהר זיין בכבוד בית ה' ווען מען קומט דאווענען און מען זאל ח"ו נישט ארויסנעמען קיין כלים טמאים וואס זענען גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ברוך וויינער הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי מאכן הבדלה,
מען האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 140