🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון החתן בן נאמן ביתו הרה"ח ר' פנחס פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ב אפפעל הי"ו - ק"י נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט אין קרית יואל. ~🌴~
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין בית מדרשינו לב אהרן, פארן דאווענען איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
אום 12:00 איז דער רב אנגעקומען אין בית האופה המהודרת דקהלתינו הק' וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען פונעם בעקעריי, דערנאך איז דער רב אריבער אין א דערנעבנדיגע אפטיילונג וואו דער רב האט געמאלן ווייץ פאר א לענגערע צייט בטירחא דגופא און דערנאך עוסק געווען מיט די טחינת חיטים פאר עטליכע שעות נאכאנאנד אינאיינעם מיט בנו הר"ר יואל שליט"א און מיט עטליכע תלמידי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 3:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בעקעריי.
ארום 7:55 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה, אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, דער רב האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פונעם באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין בית מדרשינו ברך משה, פארן דאווענען איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף מ"ה ע"א - מ"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 8:05 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך ביים זמן ר"ת תפלת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
ארום 7:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אשר נשיא יחטא לאשמת העם' וואס רש"י זאגט אשרי הדור וכו', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקים אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש און באזונדער בדרך מוסר וחסידות, אויף איינער פון די וועגן האט דער רב נאכגעזאגט אז דער אויבערשטער שטעלט צוזאם די מחשבה פון א צדיק וואס וויל טון א מצוה אבער ער האט נישט די מעגליכקייט צוזאמען מיט די מעשה פון א פשוט'ע מענטש וועלכע טוט די מצוה אבער אן די ריכטיגע מחשבה, און ארויסגעברענגט אז אויף דעם ברענגט דער נשיא א כפרה ווייל ער האט געטון א מצוה אן מחשבה.
אויף אן אנדערן מהלך האט דער רב אויסגעטייטשט אז דער נשיא ברענגט א קרבן אויף דעם וואס ער האט נישט געמאכט דעם ריכטיגן הכנה צו א מצוה, און מיט דעם פארענטפערט פארוואס דער נשיא ברענגט א קרבן אויף א מצות עשה וואס ער האט נישט געטון ווען געווענליך ברענגט מען נאר א קרבן כפרה אויף א לא תעשה וואס מ'האט ליידער יא געטון, און דערביי האט דער רב מאריך געווען בגודל מעלת ונחיצות הכנה למצוה.
דערנאך איז דער רב אריבער צום ענין פון זיך גרייטן אויף דעם געהויבענעם יום טוב פסח הבעל"ט, און מאריך געווען אין דעם נושא פאר א לאנגע צייט, דער רב האט דערציילט א מעשה פון אפטא רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג אז אמאל האט ער געוואלט מאכן קידוש לבנה אבער ס'איז געווען פארוואלקענט און ס'האט נישט אויסגעזען אז ס'גייט זיין א לבנה אין די קומענדיגע שעות, און דער אפטא רב האט אנגעהויבן צו מאכן די ברכה פון קידוש לבנה און תיכף ומיד האבן זיך די וואלקענעס פלוצלינג צושפרייט און די לבנה איז ארויסגעקומען, און דער אפטא רב האט אויסגעפירט אז אזוי גייט אויסזען ווען משיח וועט קומען, ס'וועט זיין פלוצלינג און ער וועט קומען אפי' מען וועט גארנישט זען פון פאראויס, דערביי האט זיך דער רב צופייערט און מיט אן אש קודש ארומגערעדט בדברי חיזוק והכנה לביאת המשיח זאגנדיג צווישן אנדערע, ס'גייט קומען א צייט וואס מיר גייען מקריב זיין קרבן פסח! ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים! משיח גייט קומען פלוצלינג!
און דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל טאקע קענען אויספירן אלע מצוות כראוי וכהוגן און מ'זאל נאך קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח היי יאר בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' גימפל וויינגארטן הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
ערש"ק ארום 7:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בעריש עקשטיין הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנ"ש הנאספים, דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוק 'וכפר עליו הכהן לפני ה' ונסלח לו על אחת מכל אשר יעשה לאשמה בה' און אויפן ר"ת פונעם ווארט לאשמ"ה ל'קל א'שר ש'בת מ'כל ה'מעשים און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאכ'ן בענטשן האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן אפטע רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג ה' ניסן, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו - ק"י, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פארהערן מסכת קידושין א קבוצה פון תלמידי כתה ט' פון ת"ת תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא פון שיכון סקווירא, פארגאנגענעם מיטוואך פארמיטאג בביתו אין וומ"ס. ~🌴~
אינדערפרי ארום 6:20 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י, דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הביהמ"ד, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.
נאכמיטאג ארום 4:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א, דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב פארהערט די תלמידי שיעור ג' הלכות בשר וחלב פאר א לענגערע צייט און געענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 5:05 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים קיין וומ"ס.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכמיטאג ארום 1:30 זענען אריין בבית הרב די תלמידי כתה ט' פון ת"ת תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא פון שיכון סקווירא און האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף מסכת קידושין, דער רב האט פערזענליך פארהערט יעדן בחור פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה לימי הבחרות ארויסברענגנדיג די וויכטיגקייט פון די בחור'ישע יארן און פארענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די בחורים און באזונדער פאר די מנהלים און מלמדים, דערנאך האט דער מנהל איבערגעגעבן פאר'ן רב א הגדה של פסח לאות הכרת הטוב און זיך ווארעם באדאנקט.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד באונעס איירעס וומ"ס און משמיע געווען דברי הספד והתעוררת ע"פ הרה"ח ר' יואל דאנא ע"ה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מיכל וויינגארטן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר טובי' גדלי' לעווי הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א סעודת ראש חודש מיט די תלמידי הישיבות חברי "חבורת קדושת יום טוב" און דער רב האט זיך געוואשן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו מאכן א סיום מסכת, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה בשמחת התורה, מען האט אויפגעגעבן פיש, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אליעזר אבא פריעד שליט"א יו"ר חבורת "ותלמודו בידו" וואו ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה וואס די בחורים האבן אז דער רב שליט"א וועלכע פירט היינט צוטאגס פון די גרעסטע קהילות קדושות בישראל, און איז באקאנט מיט זיין פארנומענע סדר היום מיט זיין עבודת הקודש לילה כימים, און מיט דעם אלעם געבט זיך דער רב אוועק פאר אזא הייליגע חבורה, מען האט אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה, נאך די פלייש האט דער רב אנגעהויבן ניגוני פסח, אריינברענגענדיג די גאנצע ציבור אין א יום טוב'דיגע שטומונג, און דערנאך אנגעהויבן ויהיו רחמיך און נאך עטליכע ניגוני שבת.
דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט שטארקע דברי תורה והתחזקות ארומרעדנדיג איבער די חשובע הייליגע חבורה אז דאס ווייזט פאר א בחור די וועג וויאזוי צוצוגיין צו סיי וועלכע מצוה, און דערביי ארויסגעברענגט אז די הכנה פון א קדושת יום טוב בחור איז אנדערש ווי א געווענליכע בחור, און מען קומט אן מיט א גרעסערע דערהויבנקייט ווי א פשוטע בחור, דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט מיט גרויס הערצה די בחורים וועלכע געבן אוועק פון די פריוואטע צייט עוסק צו זיין בלימוד התורה, און מחזק געווען די בחורים אנצוגיין אפי' משך ימי בין הזמנים, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט בהיכל ישיבה לצעירים אין וומ"ס. ~🌴~
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין בית מדרשינו בית מנחם צבי, נאכן דאווענען איז דער רב ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט.
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת דאנא ע"פ המנוח הר"ר יואל ברנ"י דאנא ע"ה - סופר סתם, דער רב האט א לענגערע צייט מחזק געווען די יתומים און מנחם געווען די אבלים.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל.
ארום 7:55 האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב אין חדר מרדכי בביהמ"ד הגדול ק"י, נאך מעריב האט הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א שלום גענומען פונעם רב לרגל זיך צוריקקערן פון א באזוך אין אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהילתינו הק' אין אנטווערפען און דער דיין שליט"א האט איבערגעגעבן א פריסות שלום פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און מהאט זיך געזעגנט לשלום.
אויפדערנאכט ארום 9:10 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין קרית יואל, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר פנחס איידליס הי"ו אין די זאלן פון גני קליין, ביים סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' שלמה הערש קארנבלי אין די זאל פון שאפינג סענטער, ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' וואלף בער וויזענפעלד הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו - מאנטריאל אין די זאלן פון קרן ויואל משה, און ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אליעזר גרינוואלד שליט"א - וומ"ס און הר"ר אברהם חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק ק"י, אין די זאלן שע"י בית רבינו אויף איהעל קט., דערנאך איז דער רב אהיימגעפארן קיין וומ"ס.
אינדערפרי ארום 10:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף מ"ב ע"ב - מ"ד ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 7:55 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט ארום 9:10 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר בנימין ארי' לייביש הירש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק און מוה"ר יואל בר"י לעפקאוויטש הי"ו, אין די זאל פון הדר ריזל, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר בנימין כהן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו - ק"י אין די זאל פון אולם פרענקל.
ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו - ק"י, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל גראס הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד הורוויץ הי"ו, שלשי: הרה"ח ר' אברהם בער שפיטצער הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל יצחק ראזענבערג הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' הירצקא ווייסמאן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ראה קראתי בשם בצלאל' און אזוי אויפ'ן פסוק 'החודש הזה לכם ראש חדשים' אין פרשת החודש וואס מ'האט געליינט שב"ק, און דער רב האט געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקים און אין די מדרשים.
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון געבן א נאמען פאר א קינד און ווי ס'שטייט אין ספרים אז א טאטע באקומט רוח הקודש בשעת'ן געבן א נאמען, און ארויסגעברענגט אז דורכדעם האט די טאטע פון בצלאל געגעבן דעם נאמען בצלאל וואס ווייזט אויף דעם וואס ער וועט זאגן פאר משה רבינו אז מ'דארף קודם מאכן א משכן און הערשט נאכדעם אריינברענגען די כלים און משה רבינו וועט אים פרעגן בצל אל היית.
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די י"ג עיקרים פונעם רמב"ם, די דרייצן אני מאמין, און ארויסגעברענגט אז די אני מאמין'ס זענען געבויעט אויף דריי חלקים בעיקר, מציאות השם, אמונה אין שכר ועונש, און אמונה אין תורה מן השמים, דער רב האט נאכגעזאגט פונעם בני יששכר אז פסח, מצה, און מרור ווייזן אויף די דריי ענינים, און דער רב האט צוגעלייגט אז שבת קודש ווייזט אויך אויף די דריי זאכן, און מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוקים ויקהל משה את כל עדת וגו', ששת ימים תעשה מלאכה וגו'.
דער רב האט נאכגעזאגט אז די דריי זאכן וואס מען זאגט ראש השנה מלכיות, זכרונות, און שופרות, ווייזן אויך אויף די דריי ענינים וואס מען האט פריער דערמאנט וואס מען זאגט אין אני מאמין, און מיט דעם האט דער רב געטייטשט 'החודש הזה לכם', דאס איז חודש ניסן וואס האט די דריי זאכן, 'ראש חדשים', איז אזויווי ראש השנה וואס האט אויך די דריי זאכן, און דער רב האט אויסגעפירט מיט שטארקע דברי הדרכה והשקפה אז מען זאל און מען דארף זיך גרייטן צום געהויבענעם יום טוב פסח מיט אמונה אינעם אויבערשטן און אין אלע י"ג עיקרים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שלום פייפער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.