🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב אדר תשפ״ו · Mar 11, 2026 · 10:41 PM
#2714
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תשא - יום הפורים =

ארום 8:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
דערנאך ארום 10:05 איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער מקיים צו זיין די מצות קריאת המגילה ברוב עם, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן מחצית השקל, און דערנאך געמאכט די ברכות המגילה באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:30,
אויפ'ן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט דער רב געגעבן מתנות לאביונים און דער רב איז אהיים לביתו.

אינדערהיים האט דער רב מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צום ערשטן סעודה לכבוד היום.

דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו אריבערצוגיין לברך ולהתברך ביים רב אין אזא געהויבענעם טאג,
דער רב האט אויפגענומען פון ארום 1:15 ביז ארום 5:30 נאכמיטאג בביתו,
במשכ'ן אויפנעמען האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון אנשי שלומינו, זקנים עם נערים און קבוצות בחורים, ובתוכם אנשים חשובים און רבני ודייני קהילתינו הק', און דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

= סעודת משתה היין =

ארום 6:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול צום סעודת משתה היין לכבוד היום,
דער רב האט זיך געוואשן צום צווייטן סעודה לכבוד היום און טועם געווען חלה,
נאך די פיש האט דער רב געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רב געטרינקען א צווייטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים.

ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
נאך די פלייש האט דער רב געטרינקען א דריטע כוס וויין און נאך די קוגל א פערטע כוס און געוואונטשן לחיים,
במשך די סעודה האט זיך דער רב עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות פאר לענגערע מינוטן.

דער רב האט משמיע געווען צוויי מאל דברי תורה לכבוד היום בדרך פרד"ס מיט טרעפליכע טייטשן אין די פסוקי המגילה און נאך,
צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט בעניני תפילה, און ארויסגעברענגט אז אידן ווילן דאווענען פאר'ן אויבערשטן אבער אסאך מאל איז מען אויסגעלאשן און ס'איז שווער, און דער רב האט געטייטשט אז דאס איז מען מתפלל נפשי בשאלתי אז אפי' ווען ס'איז עמי א בחינה פון גחלים עוממות, זאל עס זיין בבקשתי מ'זאל קענען געהעריג דאווענען און דער אויבערשטער זאל אננעמען די תפילות,
באזונדער האט דער רב האט ארויסגעברענגט אז אסאך מאל בעט מען אן הלואה פון איינעם און דער מלוה זאגט אז כ'וועל דיר עס געבן נישט בארגן, דאס בעט מען פונעם אויבערשוט אז מיינע בקשות זאלן געענטפערט ווערן ס'זאל זיין תנתן לי א לשון נתינה אפי' ווען ס'איז נפשי בשאלתי און איך בעט עס בלשון שאלה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאך דעם ערשטן חלק פונעם סעודה ארום 7:30 זענען די באטייליגטע אנשי שלומינו ובחורי חמד אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך ביים רב שליט"א אין אזא דערהויבענעם טאג,
און דער רב האט יעדעם באזונדער ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז מען אריבער צו צד דרום בביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט מעריך געווען דעם המשך סעודת משתה היין לכבוד היום ברוב עם.

דער רב האט פארגעזינגען עטליכע ניגוני התעוררות ודביקות בהשתפכות הנפש בגעגועין וכיסופין,
דערנאך האט דער רב מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זי"ע צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך, און דער רב האט פארייכערט א ציגאר,
דערביי האט מען געזינגען ניגוני דביקות פון רבותינו הקדושים לבית סיגוט פאר א לענגערע צייט, צווישן אנדערע דעם נענועים ניגון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע און נאך,
איידערן פאררויכערן דעם ציגאר האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די מנהג וואס הגם מיר פארשטייען נישט פונקטליך וואס געשעט איז עס יסודתו בהררי קודש און מיר וועלן עס אויך טון אלץ מנהג אבותינו בידינו, און דער רב האט צוגעלייגט אז ווען איינער ווערט א חתן איז די מנהג צו טיילן חתן ציגארעטלעך, נו אויב אזוי איז דאך יעצט זיכער א פאסיגע זמן וואס מען קען זיך אויסבעטן שידוכים און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור גוטע שידוכים וכט"ס.
👁 106