אום 9:20 זענען זיך צוזאמגעקומען אין ביהמ"ד די אריבער דריי הונדערט בחורי חמד חברי חבורת קדושת יום טוב תלמידים פון די זעקס סניפי הישיבות קטנות שע"י ממלכת התורה וועלכע פאלגן אויס די תקנות החבורה בכל עת ועונה און האבן אין די פארגאנגענע וואכן איינגעהאלטן די קבלות טובות וואס מען האט זיך אונטערגענומען ע"פ דעם הוראה פונעם רב שליט"א כהכנה לקראת יום טוב פורים און עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די אלע בחורים מקבל צו זיין מטבעות קודש מידיו פונעם רב שליט"א ומברכת פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ביים המשך סעודת משתה היין האט דער רב נאך פינעף מאל משמיע געווען דברי תורה בענינים העומדים על הפרק און דערביי אויסגעטייטשט די פסוקי המגילה און נאך,
צווישן די דברי תורה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שמחה וצהלה לכבוד היום.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון אהבת ה' און ארויסגעברענגט אז אסאך היינטיגע מגידים זענען פארנומען אז מ'דארף זאגן פאר'ן אויבערשטן דו האסט מיר ליב און איך האב דיר ליב, אבער מ'דארף וויסן אז דאס איז נישט אמת און דער עיקר איז צו האבן א פנימיות'דיגע און טיפע אמת'דיגע אהבה צום אויבערשטן, צווישן אנדערע האט דער רב מוחה געװען אויף דעם וואס מאנכע בקצה המחנה זינגען א ניגון "כ'דארף נישט דיין בעקיטשע" און ארויסגעברענגט אז דער אויבערשטער דארף יא די בעקיטשע פון יעדן איד, און נאך צוגעלייגט אז דער אויבערשטער דארף אויך די בעקיטשע פון א איד אונטערן קיטל יום כיפור, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.
אין א באזונדערע שמועס האט דער רב ארומגערעדט בקול בכי מיט אויסטערלישע געגועים איבער דעם ענין פון האבן א קשר מיט די צדיקים הקודמים, און ארויסגעברענגט ווי ווייט מיר זענען ליידער בדורינו אלה אז מיר האבן נישט קיין שום צדיקים מיט אונז,
אבער בהמשך הדברים האט דער רב אויסגעפירט מיט א פלאם פייער אז באמת איז פונקט פארקערט און מחזק געווען אידישע קינדער אז די צדיקים זענען יא דא מיט אונז, און צוגעענדיגט אז צאנז פונדערהיים איז דא! שינאווא פונדערהיים איז דא! סאקמער פונדערהיים איז דא!
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם ענין פון קדושת שבת מיט אן אש קודש, און ארויסגעברענגט אז המן הרשע האט געזאגט שבת היום און פסח היום, אבער ער איז נישט גערעכט, נאר זונטאג איז אויך דא א חיות פון שבת, און מאנטאג לעבט מען אויך וועגן שבת און אזוי ווייטער, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש.
ארום 11:20 האט מען געבענטשט,
דער רב האט מכבד געווען מיט ברכת המזון הר"ר אברהם חיים מאטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
נאכ'ן בענטשן זענען די הונדערטער פארזאמלטע אנשי שלומינו ובחורי חמד זקנים ונערים אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך ביים רב שליט"א אין אזא דערהויבענעם טאג,
עס האט זיך געשלענגלט א לענגערע רייע פאר א לאנגע צייט, דער רב האט יעדעם באזונדער אנגעוואונטשן די מחסורו אשר יחסר לו און געגעבן ברכות לרוב.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - פורים רב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד בתופים ובמחולות אויפן וועג אהיים לביתו.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 100