🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב אדר תשפ״ו · Mar 11, 2026 · 10:41 PM
#2713
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תשא - תענית אסתר =

אינדערפרי ארום 10:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

= ליל הפורים =

ארום 6:20 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר.

אום 6:50 האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב.

תיכף דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער מקיים צו זיין די מצות קריאת המגילה ברוב עם,
מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט אנגעטון א טלית שאולה און געזאגט די לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
נאך קריאת המגילה ארום 8:10 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו וואו דער רב האט אפגעראכטן דעם סעודה לכבוד יו"ט.
~🌴~
👁 115