🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב אדר תשפ״ו · Mar 11, 2026 · 10:41 PM
#2712
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תשא =

אינדערפרי ארום 9:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ט ע"א - מ"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר ליפא גרויס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אלי' פאדווא שליט"א אין די זאל פון פרדס צבי.

אויפדערנאכט ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יהושע גראס הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן ש"ב הר"ר יעקב יוסף טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א אין די זאל פון עדן לאנדא,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס הרבנים שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די גאנצע אויבנאן.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן גיסו הר"ר זלמן לייב מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ב"פ בן כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א חתן האדמו"ר ספינקא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל,
און דערנאך צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר ליפא גרויס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אלי' פאדווא שליט"א אין די זאל פון פרדס צבי.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 119