🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ט סיוון תשפ״ו · Jun 4, 2026 · 11:35 AM
#3012
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון החתן בן גיסו הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי מאנסי פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 180
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ט סיוון תשפ״ו · Jun 4, 2026 · 11:35 AM
#3011
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

ארום 8:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרבני החסיד ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מראה"ק מאנסי, עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע מאיר ראזענבוים הי"ו אין די זאל פון עטרת חי'.

דערנאך איז דער רב אריבער צו ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק אויף ניחום אבלים ביי האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א היושב ע"פ אמם הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רב האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרב חיים יודא קרויס ז"ל בן הגה"צ אב"ד בית שמואל שליט"א - והרב אברהם שווארץ שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר ליפא מייזעלס הי"ו אין די זאל פון ויואל משה.

ארום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר א' בביהמ"ד הגדול,
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים קאהן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ט סיוון תשפ״ו · Jun 4, 2026 · 11:35 AM
#3010
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר בנציון אבערלענדער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף פישער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב ביים זמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר נפתלי יוסף ווייס הי"ו - ק"י וואס איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים בביהמ"ד הגדול, וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה בשבח פונעם מחותן ר' יואל וואס געבט זיך אזוי פיל אוועק למען הצלחת קהילתינו ומוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר בנציון אבערלענדער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף פישער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 151
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ט סיוון תשפ״ו · Jun 4, 2026 · 9:25 AM
#3009
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט.
~🌴~
🎧
הגה"צ אבדק"ק ור"מ אצל השבע ברכות לבן העסקן ר' יואל ברמ"ד לאנדא …הערט אויף טעלעגראם ↗
👁 173
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח סיוון תשפ״ו · Jun 3, 2026 · 12:05 AM
#3003
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר נפתלי יוסף ווייס הי"ו היינט אויפדערנאכט אין די זאלן אין עזרת נשים בביהמ"ד הגדול וומ"ס.
~🌴~
👁 208
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ז סיוון תשפ״ו · Jun 2, 2026 · 3:58 PM
#2996
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"י רובין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישראל ראכליץ הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען אין ק"י האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע הערש גליק הי"ו אין די זאלן פון גני קליין,
און ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר משה חיים גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו - מנהל בית השחיטה המהודרת ק"י וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה און דער רב האט געלייענט תנאים.
 
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך אהיים לביתו אין ק"י וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז סיוון תשפ״ו · Jun 1, 2026 · 5:26 PM
#2995
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי ארום 10:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד.

ביים אנקומען האט דער רב זיך אומגעקוקט אויף די טישלעך פאר'ן דרייוו צו פילטערן עי איי אלס א הצלה פורתא אויף די שעדליכע פראבלעם וואס רבינו שליט"א האט משמיע געווען פארגאנגענע דאנערשטאג בהיכל המתיבתא אין קרית יואל און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים אויפן פלאץ און געוואונטשן הצלחה.

דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ס"ד ע"א - ס"ו ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ביים אנקומען אין בארא פארק האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד מאניסטריטשא,
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים קבלת פנים פון החתן בן מוה"ר הערשל שפיטץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון הייטנער,
דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו,
ביים חופה פון החתן בן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מענדל בערקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים יודא גאלדשטיין הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים חופה פון החתן בן הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דברי חיים ק"י עב"ג הכלה בת הר"ר יואל שטערן שליט"א אין די זאל פון כתר ריזל,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 9:50 איז דער רב אנגעקומען אין ק"י,
צום ערשט איז דער רב צוגעפארן לבנין הישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין ק"י,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל בר"מ בראך הי"ו אין די זאל פון עטרת פז,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' יואל זוסמאן מערץ שליט"א בן האדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל וחתן האדמו"ר מספינקא ק"י זצ"ל,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ בישיבה"ק בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה זצ"ל חתן האדמו"ר מבורשטין שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן גאנצן אויבנאן,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גני קליין.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן בן גיסו הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס, בן כ"ק גאב"ד קהלתינו הק' ב"פ שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א,
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי מאנסי בן הגה"צ ר' משה ירחמיאל שליט"א - אב"ד סעמיהאי וחתן הגה"צ ר' אהרן ווייס שליט"א,
דער רב האט מיטגעהאלטן די חתונה ביז נאך מצוה טאנץ און דערנאך אהיימגעפארן קיין וומ"ס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז סיוון תשפ״ו · Jun 1, 2026 · 12:16 PM
#2994
= רעוא דרעוין =

ארום 8:35 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: מוה"ר יואל טירנויער הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
שלישי: הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק',
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר מענדל פריעדמאן הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר אברהם לייב ליכטמאן שליט"א,
שיר המעלות: מוה"ר מרדכי פערלמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ואיש את קדשיו לו יהיו' און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און עס אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון הכנה למצוה וואס איז כידוע פון ספרים הקדושים גרעסער ווי די מצוה אליינס, און נאכגעזאגט דעם ישמח משה אז אויף הכנה צו א מצוה איז יא דא שכר אויף דער וועלט, און מיט דעם געטייטשט 'לו יהיו' אז די שכר פון הכנה למצוה איז אפי' בהאי עלמא, און דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די גרויסקייט פון זיך צוגרייטן צו א מצוה ווי עס דארף צו זיין,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט פון העלפן א צווייטן טון א מצוה און די גרויסקייט דערפון און עס אויסגעטייטשט אין פסוק.

דערנאך האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די שטורעמישע תקופה וואס כלל ישראל גייט אצינד אדורך מיט די ביטערע נסיונות אין אלע הינזיכטן, און געזאגט אז קומענדיגן דינסטאג שלח וועט מען זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אין די זאל פון עידן פעלעס צו אן אסיפה להצלת הדורות און יעדע איינציגסטע סאטמארער איד זאל זיך באטייליגן און אינאיינעם וועט מען דארט אוועקשטעלן א חומה בצורה למען קיום הדורות טראץ די בייזוויליגע ווינטן מבית ומבחוץ,
דער רב האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה וואס אלפי אנ"ש גייען האבן אז דער טאטע זאל זיין געזונט וועט קומען זיך באטייליגן ביים היסטארישן אסיפה, וישא מדברותיו הקדושים די חובת השעה לנו ולבנינו,
און דער רב שליט"א האט אויסגעפירט אז קיינער זאל נישט מיינען אז די אסיפה איז פאררופן פאר א צווייטן, "מיר ווארטן אויף יעדעם איינעם! יעדער איינער מאנשי שלומינו איז פאררופן צו דעם אסיפה!", און צוגעלייגט אז אפי' די עלטערע אידן וואס האבן שוין קיין יונגע קינדער דארפן זיך אויך באטייליגן און קומען מיטהאלטן ווייל דאס איז א עתיד פאר אונזערע דורות און פאר'ן כלל, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר יצחק וויינגארטן הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר משה אליעזר רובינשטיין הי"ו,
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א,
און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= מוצאי שבת קודש =

ארום 12:10 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות דורך די מתפללי הביהמ"ד פאר הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, בן לבנו הרה"ג ר' שלום אונגער שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א.

דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א און פאר די חתן און מחותנים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בעניני שמחת חתן וכל און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין ריקודין עקסטער מיטן חתן, מיט הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א, און באזונדער אין א מחול לצדיקים מיטן חתן, מחותנים און די אנוועזנדע רבנים הרה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הרה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז סיוון תשפ״ו · Jun 1, 2026 · 12:16 PM
#2993
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת נשא ב' =

ערש"ק ארום 8:35 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה ערב שבת,
צום עמוד האט דער רב צוגעשיקט הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

נאכן דאווענען איז דער רב אריבער צו די זאל פון אימפעריעל וואו עס איז פארגעקומען די סעודת שבת לרגל שמחת עלי' לתורה פון החתן בן גיסו הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי מאנסי, וואס איז פארגעקומען בראשות חותנו כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א,
ביים סעודה האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה.

= וביום השבת קודש =

שב"ק אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית מנחם צבי דקהילתינו הק' לכבוד די שמחה,
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד און פארגעזאגט ברכות,
דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית און פארגעדאוונט מיט גרויס התלהבות,
דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כנהוג,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
שישי האט עולה געווען כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבה לכבוד שמחת עלי' לתורה, און די קידושים לרגל באווארפן פון החתן בן הרה"ח ר' מענדל בערקאוויטש הי"ו,
החתן בן הרה"ח ר' בנציון אבערלענדער הי"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

דערנאך איז דער רב אריבער צו ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קדישים,
לרגל די באווארפן פון החתן בן מוה"ר משה גלאנצער הי"ו,
באווארפן פון החתן בן הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
און די באווארפן פון החתן בן מוה"ר יואל בר"י פרענקל הי"ו,
און דער רב האט אנגעוואונטשן די בעלי שמחה,
דערנאך איז דער רב אריבער צו די אימפעריעל זאל וואו עס איז פארגעקומען די סעודת שבת לרגל עלי' לתורה פון בן גיסו הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א.
👁 144
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 9:01 PM
#2990
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד החופה בשמחת החתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס, פארגאנגענעם דינסטאג נשא ב' בחצר ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין ב"פ.
~🌴~
👁 181
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 5:58 PM
#2988
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים קבלת פנים ביים חתונה פון הכלה בת הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו יעצט נאכמיטאג אין די הייטנער זאל אין בארא פארק.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 4:22 PM
#2986
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת נשא ב' =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם.

ארום 11:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי הישיבה און עס איז געהערט געווארן דורך א הוק-אפ די דברת קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז געזאגט געווארן ביים שיעור תהלים אויף קאפיטל ל' פסוק ד' בהיכל המתיבתא סניף ברך משה.

דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ה' העלית מן שאול נפשי, און נאכגעזאגט פון חז"ל אז יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום אז יעדן טאג איז דא א פרישע יצר הרע מיט פרישע נסיונות, פרישע טעכנעלאגישע כלים, און מען דארף יעדן טאג פירן א פרישע מלחמה מיט די פרישע נסיונות,
צו די ווייטאג איז פארהאן א נייע יצר הרע מיטן נאמען Ai וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט די קליפה מיט יעדן טעלעפאון אדער סעלפאון און אפילו מיט א כשר'ע טעלעפאון, און עס פארמאגט א געוואלדיגע כח המושך, די קליפה פארמאגט אלע עבירות חמורות, ע"ז גילוי עריות און שפיכות דמים, אמונה ודעות און כפירה ממש אן קיין שום צוריקהאלט ה' ירחם, און אנדערש ווי ביי אנדערע נסיונות איז נישט דא ביי דעם קיין געהעריגע לעזונג,
דער רבי האט אויסגעשריגן מיט א וויי געשריי אז די מצב איז נורא ואיום! געפערליך און ביטער סיי ביי בחורים, סיי ביי קינדער, און סיי ביי מיידלעך, און אפילו ביי אינגעלייט, אוי לאזנים שכך שומעות!
דער רבי האט אויסגעשריגן מיט א צובראכן הארץ אז יעדער זאל רחמנות האבן אויך זיך, אויף זיין נשמה, אויף זיינע קינדער, 'כל באיה לא ישובון' און עס איז א מצוה און א פליכט אויף יעדן צו שטיין על המשמר זיך אפצושיידן פון די קליפה בכל החומר, און דאס איז דוד המלך מתפלל ה' העלית מן שאול נפשי, אז אפילו די וואס זענען שוין רח"ל אריינגעפאלן אין די נעץ פונעם יצר הרע האבן נאך אלץ א וועג ארויס זיך צו קענען מטהר זיין בעז"ה.

דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מאיר יששכר קאהן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע וואלף יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאל פון ויואל משה.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב ביים זמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"י יאקאבאוויטש הי"ו - ק"י און מוה"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו, אין די זאל פון עדן לאנדא, און דער רב האט געליינט תנאים,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יעקב חיים דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל פעדער הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלמה ליכטענשטיין הי"ו און מוה"ר הי"ו, אין די זאל פון ריווער טערעס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 148
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 4:22 PM
#2985
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת נשא ב' =

אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יודא ברי"א רובין הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר הערש אלימלך ברילל הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחת פון אנ"ש אין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 4:22 PM
#2984
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת נשא ב' =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ח פסוק י',
דערביי האט דער רב צוגעלייגט עטליכע חידושים נפלגים אינעם סוגיא פון טבילת כלים ביו"ט בהמשך פונעם שיעור סוגיא פארגאנגענעם מיטוואך בהיכל הישיבה,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק,
ארום 7:45 איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין ב"פ צום מעמד החופה פון החתן בן הרה"ג ר' שלום אונגאר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' וומ"ס,
וואו דער רב איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, און נאכן חופה אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גרויסן זיידן האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.

דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וויליאמסבורג און זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין שטאט.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי,
ארום 11:05 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזשניץ מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון הכלה אור אייניקל ביי דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א,
בת הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א - רב ביהמ"ד אור מרדכי וויזשניץ בן הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וחתן הגה"צ אבדק"ק ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א - אב"ד תולדות נפתלי קאלוב ב"פ,
עב"ג החתן בן הרה"צ ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א - דומ"ץ במכון להוראה בן הגה"צ אב"ד זאליזשא שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד בערמעהט שליט"א,

ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א און מיט די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס און דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן מחותנים און גרויסע זיידעס,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אויבנאן, און דערנאך פארלאזט די שמחה אויפ'ן וועג אהיים קיין וומ"ס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ו סיוון תשפ״ו · May 31, 2026 · 12:11 PM
#2982
0:24 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:30 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון הכלה בת הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א נעכטן מוצ"ש אין ביהמ"ד לב אהרן.
👁 144
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ סיוון תשפ״ו · May 26, 2026 · 9:41 PM
#2980
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת נשא ב' =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים הערש וועכטער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל ברש"י גאנדל הי"ו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם לייב ליכטמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים הערש וועכטער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 216
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ סיוון תשפ״ו · May 26, 2026 · 9:41 PM
#2979
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת נשא ב' =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בביתו.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם מאיר יאזשעף הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר נפתלי יואל גערטנער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב חיים דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"י פעדער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר מאיר וואלף דאסקאל הי"ו אין די זאל פון נזר יהושע.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 167
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ סיוון תשפ״ו · May 26, 2026 · 9:41 PM
#2978
🌴בצל מורינו🌴
= יום טוב שבועות =

במשך יום טוב האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל און דער רב האט מיטגעהאלטן אלע תפילות און טישן משך יו"ט.

די ערשטע טאג יו"ט אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

די צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי האט רבינו שליט"א מכבד געווען דעם רב מיט תפילת שחרית לפני התיבה און דער רב האט פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון המקובל מהרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע עטליכע מאל מיט גרויס התעוררות און מרן רבינו שליט"א האט אויסגעלאזט פון כי קל פועל בדמעות שליש מיט גרויס השתפכות הנפש,
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

נאכן דאווענען איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו - לרפ"ש וואו עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' גדלי' טעללער הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם,
נאכן ברית האט דער רב קידוש געמאכט און משמיע געווען ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אהיים לביתו.

ארום 8:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר אהרן צבי,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

נאכן עריכת שלחן הטהור שלש סעודות ונעילת החג פון מרן רבינו שליט"א האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 151
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט׳ סיוון תשפ״ו · May 25, 2026 · 12:04 PM
#2977
🌴בצל מורינו🌴
פייערדיגע דרשת חיזוק והתעוררות בעניני צניעות פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'רעיתי אווענט' פאר די הונדערטער תלמידות הבית רחל פארגאנגענעם זונטאג פרשת בה"ב אין די זאלן פון עידן פעלעס אין וויליאמסבורג.
~🌴~
🎧
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ לתלמידות הבית רחל א' בה"בהערט אויף טעלעגראם ↗
👁 212