🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2947
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בהר - בחוקותי =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צום מעמד הדלקה וואס איז פארגעקומען ליל ל"ג בעומר על יד בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ארום 4:00 נאכמיטאג איז רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען צום מעמד הדלקה במקהלות רבבות אלפי ישראל,
ביים אנקומען האט דער רב זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א און געגעבן מזל טוב לרגל די שידוך שליסן פון נכד רבינו החתן בן אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א חתן אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א,
דערנאך האט דער רב מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד ההדלקה און אזוי אויך געדאווענט תפילת מעריב בראשות מרן רבינו שליט"א,
אויפדערנאכט האט דער רב געוויילט אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 102