🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2948
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בהר - בחוקותי ~ יום ל"ג בעומר =

אינדערפרי איז דער הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם בנין פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תלמידי הישיבה פון סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און פון סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון ביידע סניפים,
און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און ארויף אויפ'ן ארון הקודש וואו דער רב האט משמיע געווען דברי פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבות,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ריכטיגע צוגאנג פון א בחור צו די ישיבה יארן און וואס מען קען אלץ עררייכן אין אט דעם זמן, און ספעציעל אין דעם מקום תורה וואס האט אין זיך אלע מעלות שמנו חכמים צו קענען וואקסן און שטייגן אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן פארענדיגן דעם דרשת פתיחת הזמן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון ביידע סניפים אויפ'ן וועג צום בנין פון ישיבה קטנה סניף שביל התורה וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לכבוד היום,
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען חלה, מ'האט אויפגעגעבן פיש און די איבריגע מאכלי הסעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני קודש און באזונדער האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד המעמד.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די קשר אהבה מיט די צוויי ישיבות און וויפיל כוחות ס'ווערט אריינגעלייגט פון זיין זייט אז זאכן זאלן קלאפן על צד היותר טוב, און ארויסגעברענגט אז דעם ישיבה איז חיבה יתירה נודעת להם אז ס'איז ווי כאילו ביי מיר אינדערהיים, און טאקע דערפאר קען מען דא האבן א געוויסע שפראך און אן אופן הדיבור והתנהגות אנדערש ווי אין אנדערע פלעצער ווייל ס'איז אזויווי א מענטש ביי זיך אינדערהיים,
דערביי האט דער רב אויפגעפאדערט אז די בחורים פון זייער זייט דארפן אויך האבן דעם זעלבן געפיל און יעדער זאל זיך שפירן אינדערהיים און דורכדעם וועט מען קענען שטייגן למעלה מן המשוער, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס קומט צוזאמען מיט דעם אז אלעס וואס טוט זיך אפ בין כותלי הישיבה איז געמאכט געווארן און אהערגעשטעלט פאר די בחורי חמד און נישט פאר די דרויסענדיגע גאס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען געזינגען די זמירות לכבוד ל"ג בעומר בשעת דער רב קאכט אריין ברגש דקדושה,
מיטן זמר בר יוחאי האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה,
מיטן זמר ואמרתם כה לחי האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל סניף שביל התורה.

דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט'ן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א - ר"מ בסניף דרך התורה ומשפיע רוחני בקהילתינו הק' מאנסי,
מ'האט געענדיגט ארום 2:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע בראך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מרדכי יודא שווארץ הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר משה לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים סעודת החתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל משה שטוהל הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר משה מתתי' מערץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צום עריכת שלחן הטהור פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי,
דער רב האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן דעם גאנצן טיש.

נאכ'ן טיש האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יצחק טאמבור הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע בראך הי"ו עב"ג הכלב בת מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 89