🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ב׳ סיוון תשפ״ו · May 18, 2026 · 9:44 PM
#2949
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת בהר - בחוקותי =

ארום 8:15 פארנאכטס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי', און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:40 איז דער רב אנגעקומען אויף א קביעת מזוזה ביי האברך ר' משה דוד בן הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט אריינגאנג, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

ארום 9:10 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס צום מסיבה 'לגיון של מלך' פאר אלע אברכים צעירים תושבי קרית יואל לטובת מוסדות יטב לב,
ביים אנקומען האט הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א פייערדיגע דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט דעם שטארקע קשר וואס מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט געהאט צו מוסדות יטב לב און די רצון וואס ער האט געהאט אז דאס זאל אנגיין מיט א שטארקייט, און אזוי אויך די קשר דערצו פון די ממשיכי דרכו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די שטערקסטע צדקה פון אלע צדקות און דאס דארף זיין הייליג ביי אלע תלמידי וחסידי סאטמאר, און ממשיך געווען מיט די זכיה וואס די חשוב'ע אברכים האבן מיט דעם וואס זיי גייען שאפן געלט פאר דעם הייליגן צוועק, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 10:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל דוד שטערן הי"ו - וומ"ס, און מוה"ר ליפא לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון שאפינג צענטער.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל,
נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 96