🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ סיוון תשפ״ו · May 19, 2026 · 8:19 AM
#2959
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת נשא א' - ר"ח סיון =

אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
ארום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מוסף אין חדר זכרון זאב.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ס"א ע"ב - ס"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00 און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:45 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' אברהם יואל שטערן הי"ו באולם שע"י ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק',
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"א ביקעל הי"ו און מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו, אין די זאל פון אפפעל גארדן, דער רב האט געליינט תנאים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 133