🌴בצל מורינו🌴 מסיבת לחיים בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א - מגי"ש בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק' וראש החבורה במבצר הלומדים, בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס. ~🌴~
אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף יושע עפשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט דער רב זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים הערש מוטצען הי"ו - ב"פ עב"ג הכלה בת מוה"ר פישל שלעזינגער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו און מוה"ר יוסף יעקב קאהן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
שפעטער אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל צ"ב פסוק ה', דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע שבת וואס מען האט מיטגעהאלטן פארגאנגענעם וואך אין ראם פון חבורת קדושת יום טוב, און איבערגעגעבן די ווייטערדיגע פלענער פונעם חבורה, דערביי האט דער רב אויסגעשמועסט די פרטים פונעם לימוד משנת ויואל משה וואס מען הייבט יעצט אן אין ראם פונעם חבורה, און דער רב האט געבעטן די בחורים זיך צו וועלן א עולם הבא מסכת וואס מען וועט לערנען און חזר'ן.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים הערש סופר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה בר"י פאלקאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וומ"ס, ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר חיים לייב גרינפעלד הי"ו, ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר ישראל הארטשטיין הי"ו, און ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר יואל בר"א זופניק הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר משה יחיאל מרדכי אראן הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעי' שווארטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
ארום 10:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים הערש סופר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה בר"י פאלקאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען צום רב בביתו די ברוקלין בארא פרעזידענט און קאנגרעס קאנדידאט 'ענטאניא ריינאסא' אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק' מיט נאך עטליכע עסקנים מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, דער רב האט געהערט א באריכט פון די עסקנים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בהרה"ג ר' מאיר צוויבל הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מרדכי יעקב ליכטמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ר שווארטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וומ"ס, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מרדכי יעקב ליכטמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ר שווארטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מרדכי איתמר הירש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד ראזענבוים הי"ו אין די זאל פון קאנטינעטל, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שלום יוסף סאמעט הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בהרה"ג ר' מאיר צוויבל הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן מחותנים און זיידעס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן מחותנים, באזונדער האט דער רב געטאנצן מיטן זיידע הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק', און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו אין די זאל פון סעליש.
אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב יודא עסטרייכער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים אליעזר העללער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחת פון אנ"ש אין וומ"ס, ביים סיום הש"ס פון מוה"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין זיין שטוב, ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מחותנו הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג בן האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א וחתן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו, ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר אברהם בערגער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב יודא עסטרייכער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים אליעזר העללער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
מען האט געענדיגט ארום 6:20. דערנאך איז דער רב אריבער אין די נייע אפיסעס הויפטקווארטירן פון די 'כפיים' ארגענעזאציע, דער רב האט געקלאפט א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן די בעלי בתים, דערביי האט דער רב געהערט א לענגערע באריכט פון די עסקנים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חנניה שווארטץ הי"ו און מוה"ר יעקב ראזענבוים הי"ו אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ע' ע"ב - ע:ב ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד. אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר וואו עס איז פארגעקומען די חומש סעודה פון די קרוב צו דריי הונדערט תלמידי מוסדותינו הק' פון וומ"ס, ארום 3:30 איז דער מרן רבינו שליט"א אנגעקומען צום חומש סעודה, דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, עס האבן אויפגעטרעטן די מנהלים הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א און הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א, דערנאך האט דער רב אויפגעטרעטן מיט א דרשה וועלכע האט ארויסגעברענגט ברגשי לבבו די דערהויבנקייט פונעם מעמד, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יואל טויב שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן רב און פארן גאנצן ציבור, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דב"ק לכבוד די חתני החומש נאכזאגענדיג פונעם חתם סופר אז התחלה איז חצי הכל, און דאס איז די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש אז מען וועט אי"ה ממשיך זיין מיט חומש רש"י, גמרא מיט תוספות וכו', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתני המקרא און פארן גאנצן ציבור, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע קינדער, דערנאך זענען אריבער אלע מלמדים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 4:30.
דערנאך ארום 4:40 איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט רבינו שליט"א צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין הבית רחל החדש 'בנין מאנדל' נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו, פארגעקומען פאר די נדיבי הבנין אויף א פראכטפולע פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל בבנין הבית רחל החדש, ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די קלאסן, דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק צום מעמד חנוכת הבית, עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו מיט די דבר המוסדות, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק ומגדולי נדבני הבנין וועלכע האט אויפגעריפן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו צו משמיע זיין די דבר המעמד,
ר' יחזקאל דוד הי"ו האט פארגעשטעלט די השתלשלות פון די פראבלעמען וואס די מוסדות איז אדורך אין די לעצטע צען יאר, און איבער די פראבלעמען צו בויען די בנין הבית רחל און אויסגערעכנט די גרויסע נדבות פון די נגידי אנשי שלומינו, דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי די צענדליגע נדבנים האבן געהאט די געלעגענהייט אינטערצושרייבן די שטרות אפצוקויפן גרעסערע זכותים אינעם בנין הבית רחל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדע נדבן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורך מחנך זיין ערליכע אידישע טעכטער איז מען זוכה צו השראת השכינה, במילא איז א גרויסע שמחה היינט ווען מען איז מחנך א נייע בנין פאר די בית רחל וועלכע פירט זיך ע"ד המסורה לנו פון רבותיה"ק זי"ע און איז מיוסד אויף תורה, יראת שמים, און צניעות, און דאס וועט זיכער אראפברענגען אלע השפעות טובות פאר די נדבנים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נדבנים, דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רעדענדיג יעצט צו בעלי בתים איז דא די פלאץ צו רעדן פון די רעיון 'תורתו אומנתו' וועלכע ברענגען אראפ א תלמיד חכם אין די ביזנעס צו לערנען יעדן טאג עטליכע מינוט מיט יעדע ארבעטער, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די רעיון און געזאגט אז דאס ברענגט אריין א רוח תורה אין די ארבעט און נישט נאר וואס עס ברענגט נישט מען זאל ארבעטן ווייניגער נאר אדרבא עס מאכט אז די ארבעטער זאל ארבעטן בעסער אין די איבריגע שעות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען צו מלוה מלכה וסיום מסכתות חגיגה גיטין וקידושין, דער רב האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר ברוך שטערן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די געפילן ארויסגייענדיג פון אזא געהויבענעם שבת און וואס מען קען אלץ מיטנעמען מיט זיך, דערביי האט ער זייער משבח געווען די פילצאליגע דרשות במשך שבת און איבערגע'חזר'ט פילע נקודות וואס זענען נוגע, דערנאך האט אחד מן החבורה הב' אשר ליכטמאן ני"ו פארגעזינגען הערליכע גראמען איבער די ציהל פון די חבורה און די געפילן נאך אזא שבת, צוזאמפלעכטנדיג די יסודות פונעם חבורה מיט די ווארעמקייט פונעם שבת אונטער הערליכע פאראגראפן, הב' קלמן אליעזר עקשטיין ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה האט געמאכט דעם סיום אויף מסכת חגיגה בשם אלע חברי החבורה, און מ'האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש בראשות דעם רב.
עס האט אויפגעטרעטן הב' משה דוד אראן ני"ו מחשובי תלמידי ישיבה לצעירים ומראשי גבאי החבורה, און אויסגעשמועסט די פונקטליכע פרטים פון די חבורה וואס זענען נוגע פאר אלע בחורים און ווען מ'וועט פארטיילן די לוחות און נאך, דערביי האט ער צוגעלייגט וואס מען האט געפרעגט דעם רב אויפ'ן וועג נאכ'ן סעודה וועלכע מסכתא א בחור זאל נעמען פאר זיך אלץ זיין עולם הבא מסכתא און ער האט אויסגעשמועסט די קלארע תשובה און הוראה פונעם רב, באזונדער האט ער געבעטן פונעם רב בשם אלע תלמידי ישיבה לצעירים אז זיי ווילן זייער שטארק ווייטער אנהאלטן די חבורה קומענדיגע יאר ווען מען גייט אריין אין ישיבה גדולה וויסנדיג ביי זיך די גרויסע טויש וואס די חבורה האט געמאכט מיט זיי ביז היינט מיט א בקשה אז דער רב זאל זיי מקבל זיין.
דער רב האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם שבת, און דערנאך ארויסגעברענגט אז מ'האט טאקע מסדר געווען אז שיעור א' און שיעור ב' וועלן לערנען סידורו של שבת און שיעור ג' און צעירים וועלן מטעם די חבורה לערנען דעם ספר משנת ויואל משה, אבער ס'איז זיכער אז א בחור וואס לערנט צוויי יאר דעם ספה"ק סידורו של שבת וועט עס אנהאלטן ווייטער, דערביי האט זיך דער רב באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט'ן שבת בכלל ובפרט וואס די אלע זענען געווען שלא על מנת לקבל פרס, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף פארשטיין אז אונטער יעדע הצלחה ליגט שעות פון ארבעט און שווערע כוחות וואס זענען אריינגעלייגט געווארן, און אזוי אויך האט זיך דער רב באדאנקט פאר די חשוב'ע בעלי דרשנים משך שבת, דער רב האט אויסגעפירט אז ער האט געהאט אין פלאן צו בלייבן אויף די גאנצע מלוה מלכה אבער ס'איז געווארן שפעט און ער דארף שוין אריינפארן אין שטאט, דער רב האט זיך געזעגנט מיט די בחורים און פארלאזט דעם זאל.
מ'איז תיכף צוגעגאנגען צום בענטשן מיט וואס דער רב האט מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א, מ'האט געענדיגט די סעודה ארום 5:00.
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הסעודות צו פרקי אבות פאר די תלמידי ישיבה לצעירים און שיעור ג', דער רב האט ארומגערעדט איבער די שיטה הקדושה בעניני ציונות געבנדיג א קלארקייט אין די גאנצע נושא, דער רב האט געגעבן אן איבערבליק אויף די מצב אין אידישקייט ביי די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, די השתלשלות וסיפור הדברים איבער די גרינדונג פון די מדינת הציונית בכל פרטיה ודקדוקיה, די גרינדונג פון אגודת ישראל און די שארפקייט פון אונזערע רבי'ס דערקעגן און די סיבות דערצו, און די נושא פון לערנען דף היומי, א לענגערע צייט האט דער רב ארומגערעדט ווי שטארק דער רבי זי"ע האט לוחם געווען קעגן דאס ענין פון ציונות און ווי שטארק ס'איז געווען נוגע אל לבו הטהור, ווען דער רבי האט זיך אריינגעלייגט אין די מלאכת הכתיבה פונעם ספה"ק ויואל משה און מדגיש געווען אז באמת איז ער נישט געווען דער בעסטער שרייבער און ער האט אויך נישט געהאט די צייט דערפאר און ער האט עס נאר גענומען אויף זיך זעענדיג די נחיצות הענין און נאך וואס עטליכע רבנים האבן אים שטארק מפציר געווען דערויף, דער רב האט מסביר געווען דעם חומר הענין ווי מ'קען מיט א מחשבה קטנה מדחה זיין דעם אויבערשטן פון זיך, ווייל דאס איז א מרידה בה' ובתורתו און עס זייער שיין ממשיל געווען אזויווי א מענטש וועט נישט שטיין אין א קופקע ווי מ'לאכט פון זיינע דורכפעלער, און באזונדער מסביר געווען די פראקטישע תועלת פון קענען וואס רבותה"ק האבן געוואלט און פארלאנגט, אז נישט טרעפט מען זיך אלס אינגערמאן אן די מינדעסטע השגה וואס סאטמאר מיינט, און אסאך מאל קען א בחור טראכטן ביי זיך מיט וואס בין איך א סאטמאר'ער, דער רב האט ארויסגעברענגט ווי שטארק דער רבי זי"ע האט געוואלט אז מ'זאל לערנען זיין ספר ויואל משה, דערביי האט דער רב געמאלדן די סדר אדורכצולערנען דעם ספר משנת ויואל משה במשך די צוויי יאר כדי צו וויסן את המעשה אשר יעשון.
תיכף דערנאך איז מען אריבער אין היכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הב' אהרן גליק ני"ו, בעל קורא: הב' חיים שרגא גאנדל ני"ו, כהן: הב' שלמה זלמן מאשקאוויטש ני"ו, לוי: הב' יעקב מאשקאוויטש ני"ו, שלישי: הב' מרדכי וואהלבערג ני"ו מגדולי עסקני החבורה, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הב' ישראל יודא ניימאן ני"ו מראשי גבאי החבורה בישיבה לצעירים.
דער רב איז אריינגעקומען אינעם היכל הסעודות צו שלש סעודות, דער רב האט זיך געוואשן און אנגעהויבן די זמירות, דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים" און די מדרש וואס זאגט אז מ'האט געווארפן די שטיינער כלפי מעלה, אויף איין אופן האט דער רב געזאגט על דרך הפשט אז אידישע קינדער האבן געוואלט ווארפן די שטיינער אויף משה ואהרן, אבער אלץ יראת הכבוד און הכרת הטוב האבן זיי עס נישט געוואלט ווארפן אין פנים, האבן זיי געווארפן כלפי מעלה אז ס'זאל אראפפאלן פון אויבן אויף משה ואהרן, פון דארט איז דער רב אריבער צום צווייטן מהלך על דרך החסידות, ווי דער רב האט גערעדט איבער דעם נושא פון ירידות אין עבודת ה' וואס דאס קען שטארק צוקלאפן א מענטש, אבער מ'דארף וויסן אז דאס איז די עבודה, מ'דארף נאר זען אז די דורכפעלער זאלן זיין ווי ווייניגער און ווי ווייטער אפגערוקט איינס פונעם צווייטן, אבער עס מיינט נישט אז די גאנצע עבודה פון ביז יעצט איז געגאנגען לאיבוד, נאר דאס העלפט צו אז מ'זאל קענען גיין ווייטער, דאס האבן די אידן געוואלט ווייזן מיט'ן ווארפן די שטיינער, זיי האבן חוזק געמאכט פון משה רבינו אז ער זאגט טאקע מוסר אבער ס'טוט גארנישט אויף אזויווי שטיינער וואס מ'ווארפט ארויף און ס'פאלט צוריק אראפ, דערפאר האט דער ענן וואס ווערט באשאפן פון תפילות אריינגענומען די אבנים אין זיך און געוויזן אז מיט תפילה קען מען זיך אויפהייבן, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען איבער די תועלת און טובה פון א גוטע ראייה וואס א מענטש זעט, און די חדשי עינים וואס קומט הגם געווענליך ווייזט עס אז מ'דארף מתקן זיין די ראיות אסורות זאל עס אויפטון אז מ'זאל קוקן גוטע ראיות, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א, דערנאך איז מען אריבער אין ביהמ"ד דאווענען תפילת מעריב, נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד פאר אלע בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים.
דער רב האט געהאלטן די צענטראלע דרשה און ארומגערעדט איבער דעם עתיד פון די חבורה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז די חבורה גייט שוין ברוך ה' אן פאר א יאר אהאלב אבער ביז יעצט איז עס געווען אן קיין גענויע מהלך, און יעצט וועט מען אי"ה אראפשטעלן א יסוד למען יעמדו ימים רבים, דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט עטליכע נקודות וואס מ'זעט אין די פרשה, ווי אז די מרגלים האבן ווייטער געדינט דעם אויבערשטן שלא על מנת לקבל פרס, און אזוי אויך אז די מרגלים וואס האבן נישט גערעדט האט מען נישט געוואוסט וואו זיי שטייען, און ארויסגעברענגט אז א בחור וואס וויל זיין גוט אבער ער ווייזט עס נישט ארויס מיינט עס גארנישט, אבער א בחור וואס האט זיך איינגעשריבן אין די חבורה האט ער געוויזן אז ער איז דא צו שטייגן, און דאס איז א מורא'דיגע זאך.
דער רב האט ארומגערעדט איבער וואס דאס איז חסידות, און ארויסגעברענגט אז ער האט געקענט אמאליגע בעלי בתים וואס זענען נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל און זיי זענען געווען חסידים, חסידות איז נישט תלוי אינעם שטריימל, זאגנדיג "וויאזוי קען זיין אז א אינגערמאן וואס גייט מיט א שטריימל גג על גג על גג על גג, און ער צאלט פאר דעם אפאר טויזנט דאללער, און ער שמעקט פון אלע זייטן, זיין בעקיטשע גלאנצט מיילן ווייט, און ער גייט מיט שפיציגע שיך וואס קען צושטעכן אלע זיינע ארומיגע, ער איז גאר דער חסיד'ישער, און דער בעה"ב וואס גייט טאקע מיט א הוט שבת אבער ער ציטערט פון אן עבירה ער איז נישט קיין חסיד?!", דער רב האט ארומגערעדט איבער די אויסדרוק "חסיד'ישע שטופער", ווי איין ווארט איז זיך סותר מיט'ן צווייטן און ס'איז בעצם נישט דא אזא מציאות, זאגנדיג אז מעגליך באדייט די אויסדרוק אז ער שטופט די צייט מיט א ברייטקייט כחסיד המתחסד עם קונו.
דער רב האט ממשיך געווען אז אנצוקומען צו חסידות מוז מען האבן תורה, און רבותה"ק האבן דאס געשטעלט פאר די ערשטע יסוד אין עבודת ה', דערביי האט דער רב זיך אויסגעדרוקט אז די גרעסטע קורת רוח פונעם שבת ביזדערווייל איז געווען דאס אז 7:30 ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד איז געווען געשטאפט מיט בחורים וואס זענען געזעצן און געלערנט און דאס אלעס אן קיין שום מבצע אדער סדר, דערנאך איז דער רב צוגעקומען צו איינער פון די יסודות אויף וואס אלע בחורים אין חבורת קדושת יום טוב וועלן פון היינט און ווייטער אינאיינעם ארבעטן דערויף, וואס דאס איז צו נעמען אן עולם הבא מסכתא און פילעווען אין דעם אז מ'זאל זיין בקי און קענען פרעגן צו יעדע זמן, דער רב האט נאכגעזאגט מימרות פון ספה"ק איבער דעם ענין, און איבערגעגעבן דאס ווארט פאר הרה"ג ר' שבתי צו מסביר זיין וויאזוי דאס וועט ארבעטן.
הרה"ג ר' שבתי האט ארומגענומען פילצאליגע נקודות אין זיינע ווערטער, צום ערשט מקורות פון פילע ספרים איבער דעם ענין פון אן "עולם הבא מסכתא", באזונדער איבער די נושא וואס דער רב האט דערמאנט אז די עולם הבא מסכתא ביי אביו הגדול כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מסכת בבא קמא, די נחיצות פון לערנען מיט א געשמאק, מען זאל נעמען א חברותא אויף דעם ווייל אז נישט וועט זיך פארקלאצן, אזוי אויך האט ער בארואיגט די בחורים אז די ערשטע פאר מאל וואס מ'לערנט עס איז נארמאל צו קעקעצן און נאכנישט געדענקען פונקטליך אויסעווייניג, אזוי אויך דארף מען וויסן אז די יצה"ר גייט נישט נאכלאזן אפי' מ'האט א פלאן, און נאך, פון דארט איז ר' שבתי אריבער צום טעכנישן חלק וויאזוי עס וועט צוגיין און ארויסגעברענגט די מהלך וואס איז שוין אויספרובירט געווארן, און ער האט אויסגעשמועסט די גאנצע סדר החזרה וויאזוי עס וועט צוגיין.
די סעודה האט זיך פארצויגן פאר איבער דריי שעה, מען האט געזינגען פילע ניגוני קודש, מען האט אנגעהויבן מיט די הערליכע ניגון אויף מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר, מיט ברוך ה' יום יום האט דער רב מכבד געווען הבחורים בני גיסו הגה"צ ר' יואל הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים ק"י, ברוך קל עליון: הב' זלמן לייב בן אחיו הגה"צ אב"ד ישראל שלום שליט"א.
ביים סוף פונעם סעודה איז פארגעקומען א שאלות ותשובות סעסיע מיט'ן רב, הרה"ג ר' שבתי האט פארגעלייגט די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן, און צווישן אנדערע האבן די בחורים באקומען א בהירות צו מען מעג אפשטופן דאס דאווענען אויף נאך סוז"ת כדי זיך צו קענען צוגרייטן צום דאווענען אדער ווייל ס'איז געשמאק צו לערנען, צו מ'מעג מקבל זיין פון פרעמדע משפיעים וואס האלטן נישט קעגן ציונות, צו מ'מעג לערנען אין ארטסקרול און אריינקוקן דערין, צו ס'איז א תועלת צו ליגן אין מחלוקת פון צדיקים הקודמים אדער צו לערנען תולדות וסיפורים פון די צדיקים הקודמים, און נאך פיל, דער רב האט אלעס געענטפערט מיט מורא'דיגע קלארקייט און די בחורים האבן מורא'דיג הנאה געהאט,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די יצה"ר פון "סאו וואט?" וואס איז דא די לעצטערע יארן.
ביים צווייטן מאל האט דער רב אויסגעטייטשט דעם פסוק אויף נאך צוויי אופנים, דעם דריטן אופן איז געווען ע"פ פשט אז דער מקושש עצים האט עובר געווען אויף תולש, אבער ס'איז דא צוויי מיני תלישה, לאכילה אדער לעצים און די חילוק איז אינעם שיעור, און ער האט געטון א שיעור אינצווישן און מ'האט נישט געוואוסט אויף וואס ער האט מכוון געווען, און די פערטע אופן איז געווען בדרך רמז אז ווייל געוויסע אידן בקצה המחנה האבן געקוקט אויף אים און לכבוד דעם נישט אריין אין ביהמ"ד און נישט געליינט די קריאה, איז מען געגאנגען לויטן כתיב בכל צרתם "לא" צר, און דאס האט צוגעברענגט אז דער אויבערשטער איז נישט געווען מיט כלל ישראל, און דערפאר האט מען אים איינגעשפארט.
במשך די גאנצע סעודה האט דער רב אנגעפירט מיט די ניגונים, מ'האט געזינגען די זמירות שב"ק, מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה, קה אכסוף: הר"ר יעקב טעללער שליט"א, ויהיו רחמיך: ר' רפאל הורוויץ הי"ו.
דער רב האט ארומגערעדט עטליכע דיבורים און ארויסגעברענגט אז מ'האלט נאך טאקע פאר'ן באטע און מען קען נאך יעצט פראווענען פאר שעות נאכאנאנד, אבער היות ס'וועט זיין שווערער פאר די בחורים אויפצושטיין צופרי און לערנען פאר'ן דאווענען, איז ענדערש נישט צו מאכן קיין באטע, אלעס כדי די בחורים זאלן קענען אויפשטיין און האבן גענוג צייט זיך צו קענען צוגרייטן צום דאווענען אזויווי ס'דארף צו זיין און אזויווי די בחורים טוען שוין אין ראם פון די חבורה די לעצטע יאר צוויי, דערנאך האט מען געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יחיאל יאיר ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, אז ביום השביעי: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, מ'האט געענדיגט ארום 3:00.
= וביום השבת קודש =
ארום 7:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט גרויס קורת רוח אויף די צענדליגער צענדליגער בחורים וואס זענען שוין געזיצן אין ביהמ"ד און געלערנט, ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט געזאגט ברכות און דערנאך האט אחד מבני החבורה געזאגט ברכות, און מען האט געזאגט פארענט, פאר פסוקי דזמרה האט הר"ר יחיאל יאיר ניימאן שליט"א אויפגעטרעטן פאר די בחורים. הר"ר מיכל האט ארומגערעדט איבער די התחדשות ביי יעדע תפילה שב"ק, די חשיבות פון יום שב"ק מער ווי ביינאכט, דאס וואס דער רב געט זיך אזוי שטארק אוועק פאר די חבורה בלב ונפש ווייל ער ווייסט די תועלת וואס גייט ארויסקומען דערפון, מען זאל זיך אריינלייגן אינעם דאווענען און לויבן אז מ'איז אין די רב'ס חבורה און מתפלל זיין אז מען זאל קענען ממשיך זיין דערמיט.
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר מיכל ניימאן שליט"א, הודו לה' כי טוב האט מען פארגעזאגט פסוק בפסוק, דער רב האט פארגעזאגט ויושע פסוק בפסוק, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו שחרית און פארגעדאווענט מיט א מורא'דיגע ווארעמקייט, הכל יודוך האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הב' אהרן פאלקאוויטש ני"ו גבאי החבורה בישיבה לצעירים, בעל קורא: הב' חיים שרגא גאנדל ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה לצעירים, כהן: הב' יושע גליק ני"ו, לוי: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, שלישי: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א, רביעי: הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, חמישי: הר"ר יעקב טעללער שליט"א, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר נכדי זקינו מרן הרה"ק בעל ברך משה זי"ע, שביעי: הר"ר ברוך שטערן שליט"א, הוספות: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, הר"ר מאיר שפיטצער שליט"א, אחרון: הב' יואל אראן ני"ו מגדולי עסקני החבורה, מפטיר: הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א, הגבה: הב' שמואל אליעזר גלויבער ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף נזר התורה, גלילה: הב' יוסף מאיר עקשטיין ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף היכל התורה.
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות, בעל תפילה מוסף: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הב' אלימלך ווייסמאן ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף חכמת התורה, מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 1:45.
מען איז תיכף אריבער צום היכל הסעודות וואו מען האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק, דער רב האט געמאכט קידוש פאר'ן גאנצן ציבור, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, דערנאך האט מען זיך געוואשן און אויפגעגעבן די פיש.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת שלח - שבת התאחדות ע"י חבורת קדושת יו"ט =
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג פון קרית יואל צום פיינגראוו רעזארט אין קערהאנגסטאן וואו עס איז געפראוועט געווארן די שבת התאחדות אינאיינעם מיט די קרוב צו 400 חברי חבורת קדושת יום טוב.
ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד צום מעמד ריתחא דאורייתא ווי הונדערטער בחורים חברי החבורה זענען געזיצן און געלערנט, דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט גרויס קורת רוח, פון דארט איז דער רב אריבער צום היכל הסעודות וואו דער רב האט אפגעברענט די לעכט לכבוד שבת קודש.
ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט באש קודש.
פאר קבלת שבת האט מען געהערט קורצע דיבורים פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהילתינו הק' וועלכע האט ארומגערעדט אז א שב"ק איז נישט נאר א זמן וואס מען טאר נישט טון געוויסע זאכן, נאר חסיד'ישע אידן האבן הנאה פונעם שבת און פון ביי יעדע מצוה, און ווען א איד קוקט אן דעם שבת ווי א "יא טון" זוכט ער נישט צו אנטלויפן דערפון, און ארויסגעברענגט אז די תכלית פונעם שבת איז אז די בחורים זאלן זיך אויסלערנען אז א שבת און יעדע מצוה איז א קום ועשה, און מען קען הנאה האבן פון יעדע מינוט פון א שבת, און דאס וועט מען קענען מיטנעמען, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' אשר ליכטמאן ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה לצעירים, מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידים אריבער גוט שבת זאגן פאר'ן רב און דער רב האט צוריקגעענטפערט בצהלת פנים.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הסעודות און אנגעהויבן מיט'ן גוט שבת ניגון און ממשיך געווען מיט שלום עליכם און די זמירות, די סעודת ליל שב"ק איז געפראוועט געווארן אויף א דערהויבענע פארנעם און האט זיך פארצויגן פאר פיר שעה!
פאר קידוש האט דער רב משמיע געווען קורצע דיבורים איבער דעם ענין פון קידוש בהלכה, בחסידות ובמוסר, צום ערשט האט דער רב מסביר געווען פאר די בחורים צו די חיוב פון קידוש איז מדאורייתא אדער מדרבנן און צו ס'דארף זיין על היין, און איבערגעזאגט דעם דרך פיקודיך וואס די בחורים האבן געלערנט אין ראם פון די חבורה אז ביי א דאורייתא פסק'נט מען מצוות צריכות כוונה, דער רב האט ארויסגעברענגט וויאזוי מיר קענען עדות זאגן ביי קידוש אויף א זאך וואס מיר האבן נישט געזען, און דערנאך ארומגערעדט איבער דעם זמן וואס איז מיוסד אויף צו מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון מיט א קבלה טובה און דער רב האט מאריך געווען אין דעם ענין, דער רב האט צוגעענדיגט אז הגם דא איז די מנהג אז מ'איז מוציא יעדעם איינעם, איז עס אבער געזאגט געווארן אויף די קומענדיגע וואכן ווען יעדער וועט זיין ביי זיך אינדערהיים, און צוגעלייגט אז די מגידי שיעור זאלן מאכן אליינס קידוש ווי ס'פאסט לפי כבודם.
דערנאך האט דער רב קידוש געמאכט מיט א מורא'דיגע התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה, נאך קידוש האט דער רב אויסגעווארט ביז אלע בחורים באקומען קידוש וויין און זיך דערנאך געוואשן, מען האט אויסגעטיילט די פיש, דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת גייענדיג פון ווארעמע שטייטע ניגונים פול מיט דביקות צו לעבעדיגע שבת ניגונים פול מיט שמחה.
נאך די פיש האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א און ארומגערעדט איבער די נושא פון חסידות, ער האט ארויסגעברענגט וואס דאס איז "חסידות", פארוואס מען זאל וועלן זיין א חסיד, א זאך וואס פאסט נישט איז סאך ערגער ווי א זאך וואס איז אסור, דאס פרעגן "וואו שטייט עס?", מען דארף נאר טון און דער אויבערשטער וועט שוין מאכן מען זאל קענען, די "סאטמאר'ע חוצפה" וואס מ'דארף האבן צו קענען אנגיין, און נאך.
דער רב האט צוויי מאל במשך די סעודה משמיע געווען דברי תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק "ויניחוהו אותו במשמר כי לא פורש מה יעשה לו", צום ערשט אויפ'ן ענין פון תוספת שבת אז אידן האבן געזען דעם חילול שבת האבן זיי זיך מתקן געווען און צוגעלייגט אן הכנה מלפניו און א שמירה מלאחריו, און דערביי מאריך געווען אינעם ענין פון הכנה צו א מצוה ובפרט תוספת שבת, אויפ'ן צווייטן אופן האט עס דער רב אריינגעלייגט אינעם ענין פון קוקן אויף א צווייטן וואס איז שוואכער און זיך בארואיגן מיט דעם אז מ'איז נישט אזוי שלעכט, און פארדעם האט מען איינגעשפארט דעם מקושש עצים ווייל אנדערע האבן געקוקט אויף אים און געזאגט אז ס'איז דא איינער וואס איז ערגער פון זיי, דערביי האט דער רב מרחיב געווען דערין און ארויסגעברענגט אז קוקן אויף שוואכערע העלפט נישט,
🌴בצל מורינו🌴 ברוקלין בארא פרעזידענט און קאנגרעס קאנדידאט 'ענטאניא ריינאסא' אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק' מיט נאך עטליכע עסקנים בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים חומש סעודה פון די קרוב צו דריי הונדערט תלמידי כתה א' פון מוסדותינו הק' אין וומ''ס, פארגעקומען פארגאנגענעם דינסטאג נאכמיטאג אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומ''ס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים חומש סעודה פון די קרוב צו דריי הונדערט תלמידי כתה א' פון מוסדותינו הק' אין וומ''ס, פארגעקומען היינט אין די נאכמיטאג שעות אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומ''ס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי סעודת מלוה מלכה נאכן געהויבענעם שבת התוועדות מיט די הונדערטער תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט אין די פיינגראוו רעזארט אין קערהאנקסען. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי הבדלה נאכן געהויבענעם שבת התוועדות מיט די הונדערטער תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט אין די פיינגראוו רעזארט אין קערהאנקסען. ~🌴~