🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · ה׳ תמוז תשפ״ו · Jun 20, 2026 · 10:56 PM
#3103
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די יצה"ר פון "סאו וואט?" וואס איז דא די לעצטערע יארן.

ביים צווייטן מאל האט דער רב אויסגעטייטשט דעם פסוק אויף נאך צוויי אופנים, דעם דריטן אופן איז געווען ע"פ פשט אז דער מקושש עצים האט עובר געווען אויף תולש, אבער ס'איז דא צוויי מיני תלישה, לאכילה אדער לעצים און די חילוק איז אינעם שיעור, און ער האט געטון א שיעור אינצווישן און מ'האט נישט געוואוסט אויף וואס ער האט מכוון געווען,
און די פערטע אופן איז געווען בדרך רמז אז ווייל געוויסע אידן בקצה המחנה האבן געקוקט אויף אים און לכבוד דעם נישט אריין אין ביהמ"ד און נישט געליינט די קריאה, איז מען געגאנגען לויטן כתיב בכל צרתם "לא" צר, און דאס האט צוגעברענגט אז דער אויבערשטער איז נישט געווען מיט כלל ישראל, און דערפאר האט מען אים איינגעשפארט.

במשך די גאנצע סעודה האט דער רב אנגעפירט מיט די ניגונים,
מ'האט געזינגען די זמירות שב"ק,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה,
קה אכסוף: הר"ר יעקב טעללער שליט"א,
ויהיו רחמיך: ר' רפאל הורוויץ הי"ו.

דער רב האט ארומגערעדט עטליכע דיבורים און ארויסגעברענגט אז מ'האלט נאך טאקע פאר'ן באטע און מען קען נאך יעצט פראווענען פאר שעות נאכאנאנד, אבער היות ס'וועט זיין שווערער פאר די בחורים אויפצושטיין צופרי און לערנען פאר'ן דאווענען, איז ענדערש נישט צו מאכן קיין באטע, אלעס כדי די בחורים זאלן קענען אויפשטיין און האבן גענוג צייט זיך צו קענען צוגרייטן צום דאווענען אזויווי ס'דארף צו זיין און אזויווי די בחורים טוען שוין אין ראם פון די חבורה די לעצטע יאר צוויי,
דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יחיאל יאיר ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
אז ביום השביעי: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
מ'האט געענדיגט ארום 3:00.

= וביום השבת קודש =

ארום 7:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט גרויס קורת רוח אויף די צענדליגער צענדליגער בחורים וואס זענען שוין געזיצן אין ביהמ"ד און געלערנט,
ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט געזאגט ברכות און דערנאך האט אחד מבני החבורה געזאגט ברכות, און מען האט געזאגט פארענט,
פאר פסוקי דזמרה האט הר"ר יחיאל יאיר ניימאן שליט"א אויפגעטרעטן פאר די בחורים.
הר"ר מיכל האט ארומגערעדט איבער די התחדשות ביי יעדע תפילה שב"ק, די חשיבות פון יום שב"ק מער ווי ביינאכט, דאס וואס דער רב געט זיך אזוי שטארק אוועק פאר די חבורה בלב ונפש ווייל ער ווייסט די תועלת וואס גייט ארויסקומען דערפון, מען זאל זיך אריינלייגן אינעם דאווענען און לויבן אז מ'איז אין די רב'ס חבורה און מתפלל זיין אז מען זאל קענען ממשיך זיין דערמיט.

בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר מיכל ניימאן שליט"א,
הודו לה' כי טוב האט מען פארגעזאגט פסוק בפסוק,
דער רב האט פארגעזאגט ויושע פסוק בפסוק,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו שחרית און פארגעדאווענט מיט א מורא'דיגע ווארעמקייט,
הכל יודוך האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הב' אהרן פאלקאוויטש ני"ו גבאי החבורה בישיבה לצעירים,
בעל קורא: הב' חיים שרגא גאנדל ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה לצעירים,
כהן: הב' יושע גליק ני"ו,
לוי: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
שלישי: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א,
רביעי: הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א,
חמישי: הר"ר יעקב טעללער שליט"א,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר נכדי זקינו מרן הרה"ק בעל ברך משה זי"ע,
שביעי: הר"ר ברוך שטערן שליט"א,
הוספות: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
הר"ר מאיר שפיטצער שליט"א,
אחרון: הב' יואל אראן ני"ו מגדולי עסקני החבורה,
מפטיר: הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א,
הגבה: הב' שמואל אליעזר גלויבער ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף נזר התורה,
גלילה: הב' יוסף מאיר עקשטיין ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף היכל התורה.

נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות,
בעל תפילה מוסף: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א,
פתיחה לאנעים זמירות: הב' אלימלך ווייסמאן ני"ו גבאי החבורה ישיבה קטנה סניף חכמת התורה,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 1:45.

מען איז תיכף אריבער צום היכל הסעודות וואו מען האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק,
דער רב האט געמאכט קידוש פאר'ן גאנצן ציבור,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א,
דערנאך האט מען זיך געוואשן און אויפגעגעבן די פיש.
👁 79