🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת שלח - שבת התאחדות ע"י חבורת קדושת יו"ט =
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג פון קרית יואל צום פיינגראוו רעזארט אין קערהאנגסטאן וואו עס איז געפראוועט געווארן די שבת התאחדות אינאיינעם מיט די קרוב צו 400 חברי חבורת קדושת יום טוב.
ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד צום מעמד ריתחא דאורייתא ווי הונדערטער בחורים חברי החבורה זענען געזיצן און געלערנט, דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט גרויס קורת רוח,
פון דארט איז דער רב אריבער צום היכל הסעודות וואו דער רב האט אפגעברענט די לעכט לכבוד שבת קודש.
ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט באש קודש.
פאר קבלת שבת האט מען געהערט קורצע דיבורים פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהילתינו הק' וועלכע האט ארומגערעדט אז א שב"ק איז נישט נאר א זמן וואס מען טאר נישט טון געוויסע זאכן, נאר חסיד'ישע אידן האבן הנאה פונעם שבת און פון ביי יעדע מצוה, און ווען א איד קוקט אן דעם שבת ווי א "יא טון" זוכט ער נישט צו אנטלויפן דערפון, און ארויסגעברענגט אז די תכלית פונעם שבת איז אז די בחורים זאלן זיך אויסלערנען אז א שבת און יעדע מצוה איז א קום ועשה, און מען קען הנאה האבן פון יעדע מינוט פון א שבת, און דאס וועט מען קענען מיטנעמען,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' אשר ליכטמאן ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה לצעירים,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידים אריבער גוט שבת זאגן פאר'ן רב און דער רב האט צוריקגעענטפערט בצהלת פנים.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הסעודות און אנגעהויבן מיט'ן גוט שבת ניגון און ממשיך געווען מיט שלום עליכם און די זמירות,
די סעודת ליל שב"ק איז געפראוועט געווארן אויף א דערהויבענע פארנעם און האט זיך פארצויגן פאר פיר שעה!
פאר קידוש האט דער רב משמיע געווען קורצע דיבורים איבער דעם ענין פון קידוש בהלכה, בחסידות ובמוסר, צום ערשט האט דער רב מסביר געווען פאר די בחורים צו די חיוב פון קידוש איז מדאורייתא אדער מדרבנן און צו ס'דארף זיין על היין, און איבערגעזאגט דעם דרך פיקודיך וואס די בחורים האבן געלערנט אין ראם פון די חבורה אז ביי א דאורייתא פסק'נט מען מצוות צריכות כוונה,
דער רב האט ארויסגעברענגט וויאזוי מיר קענען עדות זאגן ביי קידוש אויף א זאך וואס מיר האבן נישט געזען, און דערנאך ארומגערעדט איבער דעם זמן וואס איז מיוסד אויף צו מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון מיט א קבלה טובה און דער רב האט מאריך געווען אין דעם ענין,
דער רב האט צוגעענדיגט אז הגם דא איז די מנהג אז מ'איז מוציא יעדעם איינעם, איז עס אבער געזאגט געווארן אויף די קומענדיגע וואכן ווען יעדער וועט זיין ביי זיך אינדערהיים, און צוגעלייגט אז די מגידי שיעור זאלן מאכן אליינס קידוש ווי ס'פאסט לפי כבודם.
דערנאך האט דער רב קידוש געמאכט מיט א מורא'דיגע התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה,
נאך קידוש האט דער רב אויסגעווארט ביז אלע בחורים באקומען קידוש וויין און זיך דערנאך געוואשן,
מען האט אויסגעטיילט די פיש,
דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת גייענדיג פון ווארעמע שטייטע ניגונים פול מיט דביקות צו לעבעדיגע שבת ניגונים פול מיט שמחה.
נאך די פיש האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א און ארומגערעדט איבער די נושא פון חסידות, ער האט ארויסגעברענגט וואס דאס איז "חסידות", פארוואס מען זאל וועלן זיין א חסיד, א זאך וואס פאסט נישט איז סאך ערגער ווי א זאך וואס איז אסור, דאס פרעגן "וואו שטייט עס?", מען דארף נאר טון און דער אויבערשטער וועט שוין מאכן מען זאל קענען, די "סאטמאר'ע חוצפה" וואס מ'דארף האבן צו קענען אנגיין, און נאך.
דער רב האט צוויי מאל במשך די סעודה משמיע געווען דברי תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק "ויניחוהו אותו במשמר כי לא פורש מה יעשה לו", צום ערשט אויפ'ן ענין פון תוספת שבת אז אידן האבן געזען דעם חילול שבת האבן זיי זיך מתקן געווען און צוגעלייגט אן הכנה מלפניו און א שמירה מלאחריו, און דערביי מאריך געווען אינעם ענין פון הכנה צו א מצוה ובפרט תוספת שבת,
אויפ'ן צווייטן אופן האט עס דער רב אריינגעלייגט אינעם ענין פון קוקן אויף א צווייטן וואס איז שוואכער און זיך בארואיגן מיט דעם אז מ'איז נישט אזוי שלעכט, און פארדעם האט מען איינגעשפארט דעם מקושש עצים ווייל אנדערע האבן געקוקט אויף אים און געזאגט אז ס'איז דא איינער וואס איז ערגער פון זיי, דערביי האט דער רב מרחיב געווען דערין און ארויסגעברענגט אז קוקן אויף שוואכערע העלפט נישט,

👁 116