מ'איז תיכף צוגעגאנגען צום בענטשן מיט וואס דער רב האט מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א,
מ'האט געענדיגט די סעודה ארום 5:00.
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הסעודות צו פרקי אבות פאר די תלמידי ישיבה לצעירים און שיעור ג', דער רב האט ארומגערעדט איבער די שיטה הקדושה בעניני ציונות געבנדיג א קלארקייט אין די גאנצע נושא, דער רב האט געגעבן אן איבערבליק אויף די מצב אין אידישקייט ביי די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה, די השתלשלות וסיפור הדברים איבער די גרינדונג פון די מדינת הציונית בכל פרטיה ודקדוקיה, די גרינדונג פון אגודת ישראל און די שארפקייט פון אונזערע רבי'ס דערקעגן און די סיבות דערצו, און די נושא פון לערנען דף היומי,
א לענגערע צייט האט דער רב ארומגערעדט ווי שטארק דער רבי זי"ע האט לוחם געווען קעגן דאס ענין פון ציונות און ווי שטארק ס'איז געווען נוגע אל לבו הטהור, ווען דער רבי האט זיך אריינגעלייגט אין די מלאכת הכתיבה פונעם ספה"ק ויואל משה און מדגיש געווען אז באמת איז ער נישט געווען דער בעסטער שרייבער און ער האט אויך נישט געהאט די צייט דערפאר און ער האט עס נאר גענומען אויף זיך זעענדיג די נחיצות הענין און נאך וואס עטליכע רבנים האבן אים שטארק מפציר געווען דערויף,
דער רב האט מסביר געווען דעם חומר הענין ווי מ'קען מיט א מחשבה קטנה מדחה זיין דעם אויבערשטן פון זיך, ווייל דאס איז א מרידה בה' ובתורתו און עס זייער שיין ממשיל געווען אזויווי א מענטש וועט נישט שטיין אין א קופקע ווי מ'לאכט פון זיינע דורכפעלער, און באזונדער מסביר געווען די פראקטישע תועלת פון קענען וואס רבותה"ק האבן געוואלט און פארלאנגט, אז נישט טרעפט מען זיך אלס אינגערמאן אן די מינדעסטע השגה וואס סאטמאר מיינט, און אסאך מאל קען א בחור טראכטן ביי זיך מיט וואס בין איך א סאטמאר'ער,
דער רב האט ארויסגעברענגט ווי שטארק דער רבי זי"ע האט געוואלט אז מ'זאל לערנען זיין ספר ויואל משה, דערביי האט דער רב געמאלדן די סדר אדורכצולערנען דעם ספר משנת ויואל משה במשך די צוויי יאר כדי צו וויסן את המעשה אשר יעשון.
תיכף דערנאך איז מען אריבער אין היכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הב' אהרן גליק ני"ו,
בעל קורא: הב' חיים שרגא גאנדל ני"ו,
כהן: הב' שלמה זלמן מאשקאוויטש ני"ו,
לוי: הב' יעקב מאשקאוויטש ני"ו,
שלישי: הב' מרדכי וואהלבערג ני"ו מגדולי עסקני החבורה,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הב' ישראל יודא ניימאן ני"ו מראשי גבאי החבורה בישיבה לצעירים.
דער רב איז אריינגעקומען אינעם היכל הסעודות צו שלש סעודות, דער רב האט זיך געוואשן און אנגעהויבן די זמירות,
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים" און די מדרש וואס זאגט אז מ'האט געווארפן די שטיינער כלפי מעלה, אויף איין אופן האט דער רב געזאגט על דרך הפשט אז אידישע קינדער האבן געוואלט ווארפן די שטיינער אויף משה ואהרן, אבער אלץ יראת הכבוד און הכרת הטוב האבן זיי עס נישט געוואלט ווארפן אין פנים, האבן זיי געווארפן כלפי מעלה אז ס'זאל אראפפאלן פון אויבן אויף משה ואהרן,
פון דארט איז דער רב אריבער צום צווייטן מהלך על דרך החסידות, ווי דער רב האט גערעדט איבער דעם נושא פון ירידות אין עבודת ה' וואס דאס קען שטארק צוקלאפן א מענטש, אבער מ'דארף וויסן אז דאס איז די עבודה, מ'דארף נאר זען אז די דורכפעלער זאלן זיין ווי ווייניגער און ווי ווייטער אפגערוקט איינס פונעם צווייטן, אבער עס מיינט נישט אז די גאנצע עבודה פון ביז יעצט איז געגאנגען לאיבוד, נאר דאס העלפט צו אז מ'זאל קענען גיין ווייטער,
דאס האבן די אידן געוואלט ווייזן מיט'ן ווארפן די שטיינער, זיי האבן חוזק געמאכט פון משה רבינו אז ער זאגט טאקע מוסר אבער ס'טוט גארנישט אויף אזויווי שטיינער וואס מ'ווארפט ארויף און ס'פאלט צוריק אראפ, דערפאר האט דער ענן וואס ווערט באשאפן פון תפילות אריינגענומען די אבנים אין זיך און געוויזן אז מיט תפילה קען מען זיך אויפהייבן,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען איבער די תועלת און טובה פון א גוטע ראייה וואס א מענטש זעט, און די חדשי עינים וואס קומט הגם געווענליך ווייזט עס אז מ'דארף מתקן זיין די ראיות אסורות זאל עס אויפטון אז מ'זאל קוקן גוטע ראיות, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א,
דערנאך איז מען אריבער אין ביהמ"ד דאווענען תפילת מעריב,
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד פאר אלע בחורים,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים.

👁 81