🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
שבת קודש · ה׳ תמוז תשפ״ו · Jun 20, 2026 · 10:56 PM
#3106
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען צו מלוה מלכה וסיום מסכתות חגיגה גיטין וקידושין,
דער רב האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר ברוך שטערן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די געפילן ארויסגייענדיג פון אזא געהויבענעם שבת און וואס מען קען אלץ מיטנעמען מיט זיך, דערביי האט ער זייער משבח געווען די פילצאליגע דרשות במשך שבת און איבערגע'חזר'ט פילע נקודות וואס זענען נוגע,
דערנאך האט אחד מן החבורה הב' אשר ליכטמאן ני"ו פארגעזינגען הערליכע גראמען איבער די ציהל פון די חבורה און די געפילן נאך אזא שבת, צוזאמפלעכטנדיג די יסודות פונעם חבורה מיט די ווארעמקייט פונעם שבת אונטער הערליכע פאראגראפן,
הב' קלמן אליעזר עקשטיין ני"ו חבר החבורה מתלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה האט געמאכט דעם סיום אויף מסכת חגיגה בשם אלע חברי החבורה,
און מ'האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודי קודש בראשות דעם רב.

עס האט אויפגעטרעטן הב' משה דוד אראן ני"ו מחשובי תלמידי ישיבה לצעירים ומראשי גבאי החבורה, און אויסגעשמועסט די פונקטליכע פרטים פון די חבורה וואס זענען נוגע פאר אלע בחורים און ווען מ'וועט פארטיילן די לוחות און נאך, דערביי האט ער צוגעלייגט וואס מען האט געפרעגט דעם רב אויפ'ן וועג נאכ'ן סעודה וועלכע מסכתא א בחור זאל נעמען פאר זיך אלץ זיין עולם הבא מסכתא און ער האט אויסגעשמועסט די קלארע תשובה און הוראה פונעם רב,
באזונדער האט ער געבעטן פונעם רב בשם אלע תלמידי ישיבה לצעירים אז זיי ווילן זייער שטארק ווייטער אנהאלטן די חבורה קומענדיגע יאר ווען מען גייט אריין אין ישיבה גדולה וויסנדיג ביי זיך די גרויסע טויש וואס די חבורה האט געמאכט מיט זיי ביז היינט מיט א בקשה אז דער רב זאל זיי מקבל זיין.

דער רב האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם שבת, און דערנאך ארויסגעברענגט אז מ'האט טאקע מסדר געווען אז שיעור א' און שיעור ב' וועלן לערנען סידורו של שבת און שיעור ג' און צעירים וועלן מטעם די חבורה לערנען דעם ספר משנת ויואל משה, אבער ס'איז זיכער אז א בחור וואס לערנט צוויי יאר דעם ספה"ק סידורו של שבת וועט עס אנהאלטן ווייטער,
דערביי האט זיך דער רב באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט'ן שבת בכלל ובפרט וואס די אלע זענען געווען שלא על מנת לקבל פרס, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף פארשטיין אז אונטער יעדע הצלחה ליגט שעות פון ארבעט און שווערע כוחות וואס זענען אריינגעלייגט געווארן, און אזוי אויך האט זיך דער רב באדאנקט פאר די חשוב'ע בעלי דרשנים משך שבת,
דער רב האט אויסגעפירט אז ער האט געהאט אין פלאן צו בלייבן אויף די גאנצע מלוה מלכה אבער ס'איז געווארן שפעט און ער דארף שוין אריינפארן אין שטאט,
דער רב האט זיך געזעגנט מיט די בחורים און פארלאזט דעם זאל.

~🌴~
👁 84