דער רב האט געהאלטן די צענטראלע דרשה און ארומגערעדט איבער דעם עתיד פון די חבורה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז די חבורה גייט שוין ברוך ה' אן פאר א יאר אהאלב אבער ביז יעצט איז עס געווען אן קיין גענויע מהלך, און יעצט וועט מען אי"ה אראפשטעלן א יסוד למען יעמדו ימים רבים,
דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט עטליכע נקודות וואס מ'זעט אין די פרשה, ווי אז די מרגלים האבן ווייטער געדינט דעם אויבערשטן שלא על מנת לקבל פרס, און אזוי אויך אז די מרגלים וואס האבן נישט גערעדט האט מען נישט געוואוסט וואו זיי שטייען, און ארויסגעברענגט אז א בחור וואס וויל זיין גוט אבער ער ווייזט עס נישט ארויס מיינט עס גארנישט, אבער א בחור וואס האט זיך איינגעשריבן אין די חבורה האט ער געוויזן אז ער איז דא צו שטייגן, און דאס איז א מורא'דיגע זאך.
דער רב האט ארומגערעדט איבער וואס דאס איז חסידות, און ארויסגעברענגט אז ער האט געקענט אמאליגע בעלי בתים וואס זענען נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל און זיי זענען געווען חסידים, חסידות איז נישט תלוי אינעם שטריימל, זאגנדיג "וויאזוי קען זיין אז א אינגערמאן וואס גייט מיט א שטריימל גג על גג על גג על גג, און ער צאלט פאר דעם אפאר טויזנט דאללער, און ער שמעקט פון אלע זייטן, זיין בעקיטשע גלאנצט מיילן ווייט, און ער גייט מיט שפיציגע שיך וואס קען צושטעכן אלע זיינע ארומיגע, ער איז גאר דער חסיד'ישער, און דער בעה"ב וואס גייט טאקע מיט א הוט שבת אבער ער ציטערט פון אן עבירה ער איז נישט קיין חסיד?!",
דער רב האט ארומגערעדט איבער די אויסדרוק "חסיד'ישע שטופער", ווי איין ווארט איז זיך סותר מיט'ן צווייטן און ס'איז בעצם נישט דא אזא מציאות, זאגנדיג אז מעגליך באדייט די אויסדרוק אז ער שטופט די צייט מיט א ברייטקייט כחסיד המתחסד עם קונו.
דער רב האט ממשיך געווען אז אנצוקומען צו חסידות מוז מען האבן תורה, און רבותה"ק האבן דאס געשטעלט פאר די ערשטע יסוד אין עבודת ה', דערביי האט דער רב זיך אויסגעדרוקט אז די גרעסטע קורת רוח פונעם שבת ביזדערווייל איז געווען דאס אז 7:30 ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד איז געווען געשטאפט מיט בחורים וואס זענען געזעצן און געלערנט און דאס אלעס אן קיין שום מבצע אדער סדר,
דערנאך איז דער רב צוגעקומען צו איינער פון די יסודות אויף וואס אלע בחורים אין חבורת קדושת יום טוב וועלן פון היינט און ווייטער אינאיינעם ארבעטן דערויף, וואס דאס איז צו נעמען אן עולם הבא מסכתא און פילעווען אין דעם אז מ'זאל זיין בקי און קענען פרעגן צו יעדע זמן, דער רב האט נאכגעזאגט מימרות פון ספה"ק איבער דעם ענין, און איבערגעגעבן דאס ווארט פאר הרה"ג ר' שבתי צו מסביר זיין וויאזוי דאס וועט ארבעטן.
הרה"ג ר' שבתי האט ארומגענומען פילצאליגע נקודות אין זיינע ווערטער, צום ערשט מקורות פון פילע ספרים איבער דעם ענין פון אן "עולם הבא מסכתא", באזונדער איבער די נושא וואס דער רב האט דערמאנט אז די עולם הבא מסכתא ביי אביו הגדול כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מסכת בבא קמא, די נחיצות פון לערנען מיט א געשמאק, מען זאל נעמען א חברותא אויף דעם ווייל אז נישט וועט זיך פארקלאצן, אזוי אויך האט ער בארואיגט די בחורים אז די ערשטע פאר מאל וואס מ'לערנט עס איז נארמאל צו קעקעצן און נאכנישט געדענקען פונקטליך אויסעווייניג, אזוי אויך דארף מען וויסן אז די יצה"ר גייט נישט נאכלאזן אפי' מ'האט א פלאן, און נאך,
פון דארט איז ר' שבתי אריבער צום טעכנישן חלק וויאזוי עס וועט צוגיין און ארויסגעברענגט די מהלך וואס איז שוין אויספרובירט געווארן, און ער האט אויסגעשמועסט די גאנצע סדר החזרה וויאזוי עס וועט צוגיין.
די סעודה האט זיך פארצויגן פאר איבער דריי שעה,
מען האט געזינגען פילע ניגוני קודש, מען האט אנגעהויבן מיט די הערליכע ניגון אויף מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר,
מיט ברוך ה' יום יום האט דער רב מכבד געווען הבחורים בני גיסו הגה"צ ר' יואל הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים ק"י,
ברוך קל עליון: הב' זלמן לייב בן אחיו הגה"צ אב"ד ישראל שלום שליט"א.
ביים סוף פונעם סעודה איז פארגעקומען א שאלות ותשובות סעסיע מיט'ן רב, הרה"ג ר' שבתי האט פארגעלייגט די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן, און צווישן אנדערע האבן די בחורים באקומען א בהירות צו מען מעג אפשטופן דאס דאווענען אויף נאך סוז"ת כדי זיך צו קענען צוגרייטן צום דאווענען אדער ווייל ס'איז געשמאק צו לערנען, צו מ'מעג מקבל זיין פון פרעמדע משפיעים וואס האלטן נישט קעגן ציונות, צו מ'מעג לערנען אין ארטסקרול און אריינקוקן דערין, צו ס'איז א תועלת צו ליגן אין מחלוקת פון צדיקים הקודמים אדער צו לערנען תולדות וסיפורים פון די צדיקים הקודמים, און נאך פיל, דער רב האט אלעס געענטפערט מיט מורא'דיגע קלארקייט און די בחורים האבן מורא'דיג הנאה געהאט,

👁 87