🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ו תמוז תשפ״ו · Jun 30, 2026 · 8:31 PM
#3166
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר מרדכי ישראל עקשטיין הי"ו בן הרה"ג ר' דוד שלמה שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף דברי יואל חתן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
דער רב האט זיך באגריסט מיט הגה"צ ר' שמואל בנימין שליט"א און דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה הערש בערנאטה הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 348
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ו תמוז תשפ״ו · Jun 30, 2026 · 8:31 PM
#3165
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת פנחס =

זונטאג אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול אום 9:30.

היינט אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית יואל.

פארנאכטס ארום 7:45 איז דער רב אנגעקומען אין די זאלן שע"י בית נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף אוהעל קט. וואו עס איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע זאלן אינאיינעם מיט א אסיפת עסקנים להקל הוצאות החתונות,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם.

נאך מנחה איז דער רב אריין אין זאל צום מעמד און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו, און הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה ארויסברענגנדיג די גרויסקייט פון די תקנות וואס מ'שטעלט אוועק, און איבער די פראבלעם פון אויסגעבן געלט אומזיסט אין צייט פון א שמחה, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די חתונה זאל 'כינור דוד' און די קלענערע שמחה זאלן בבית רבינו וועלכע העלפן ארויס אנ"ש צו קענען פראווענען א שמחה מתוך שמחה וויסענדיג אז עס האט נישט אפגעקאסט קיין איבעריגע געלטער,
באזונדער האט דער רב שטארק מחזק געווען די עסקנים העוסקים במלאכת הק' צו קענען זעהן מפרי עמלם און די זכות זאל זיי באגלייטן, דערנאך האט דער רב צוגעענדיגט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז הימים האלו נהפכו לששון ולשמחה שטייענדיג עטליכע טעג איידער די ימי בין המצרים ביז מען וועט זוכה זיין צו די גאולה השלמה בביאת המשיח מיטן טאטען זאל זיין געזונט בראש בב"א.

ארום 8:50 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד,
דער רב האט זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א און ממשיך געווען מיטן דרשה,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען באנייט צוויי נייע ביליגע תנאים זאלן, און געזאגט אז די שמחה פון א תנאים איז גרויס וויבאלד התחלה איז חצי הכל במילא א תנאים וואס איז די אנהייב פון די שמחה איז א גרויסע שמחה,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט און ארבעטן מיט אלע כוחות צו צושטעלן ביליגע זאלן פאר תנאים'ס, חתונות, און שבת שבע ברכות, מען זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט מיט הרחבת הדעת, און ב"ה אז אין ק"י איז דא די ביליגסטע זאלן פון די גאנצע וועלט פאר אלע שמחות און דאס איז אלעס צו פארדאנקען פאר די עסקנים, און אזוי אויך פאר אלע מחותנים וואס שטעלן זיך צו און זענען גרייט צו מאכן שמחות אויף א ביליגע פארנעם און אזוי האלט מען די הוצאות די ביליגסטע וואס איז מעגליך,
און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.

דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר די ראשי וועד החתונה תקנות הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים, און דערנאך מכבד געווען דעם רב צו קובע זיין א מזוזה אויף איינס פון די נייע זאלן,
מען האט געענדיגט ארום 9:15.

דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפת הורים פאר די עלטערן פון תלמידי שיעור ב' פון ישבה קטנה סניף שביל התורה,
ביים אנקומען אהיים האט דער רב צום ערשט געדאווענט תפילת מעריב.

הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו האט געעפנט דעם אסיפה ארויסברענגענדיג די שווערע עול וואס ליגט אויף די הנהלת הישיבה צאמצושטעלן דעם שווערן בודזשעט פונעם ישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בעטנדיג פון די עלטערן אז מ'זאל ארויסהעלפן מיט די שווערע הוצאות וועלכע העכערן זיך משך די לעצטע שטיק צייט און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די עלטערן אריבערצוגיין אינטער שרייבן שטרות פאר גרעסערע סכומים לטובת הישיבה, און דער רב האט יעדעם באזונדער געוואונטשן ברכות לרוב.
👁 237
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ו תמוז תשפ״ו · Jun 30, 2026 · 11:40 AM
#3164
🌴בצל מורינו🌴
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד 'קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די נייע תקנות זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט, אינאיינעם מיט א 'כינוס עסקני הכלל' פאר די נדיבים און עסקנים להקל הוצאות בעת שמחה, נעכטן אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
🎧
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ אצל מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים באולם החדש…הערט אויף טעלעגראם ↗
👁 190
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ו תמוז תשפ״ו · Jun 30, 2026 · 11:40 AM
#3159
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד 'קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די נייע תקנות זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט, אינאיינעם מיט א 'כינוס עסקני הכלל' פאר די נדיבים און עסקנים להקל הוצאות בעת שמחה, נעכטן אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 304
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ד תמוז תשפ״ו · Jun 29, 2026 · 8:14 PM
#3153
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת חקת - בלק =

ערש"ק ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר יוקל טייטלבוים שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר וואלף דייטש הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר יואל יעקב שעהנברון הי"ו - ק"י,
כהן: החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברון הי"ו,
שלשי: החתן ב"ר וואלף דייטש הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: מוה"ר אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברון הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 8:50 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: מוה"ר יואל ניימאן הי"ו,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק ק"י,
שיר המעלות: הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א - ק"י.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט פון די כח הדיבור ביי אידן, און מסביר געווען אז קרח האט געהאלטן אז די עיקר איז אז מ'איז א תלמיד חכם פון אינעווייניג אפי' די מויל פון אינדרויסן איז נישט ווי עס דארף צו זיין, אבער דער אמת איז אז אויב די מויל איז נישט ווי ס'דארף צו זיין איז נישט ווערד דאס אז מ'איז אינעווייניג א תלמיד חכם.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די ענין פון א תפילה אויף א צרה, און ארויסגעברענגט אז א צרה ווערט נישט אויס צרה נאר ווען עס גייט אוועק, דאס אליינס אז מ'איז מתפלל צום אויבערשטן אויף די צרה מאכט שוין אז עס זאל מער נישט זיין קיין צרה, אזויווי מ'זעט ביי די נחש נחושת אז ס'שטייט נישט אז די שלענג זענען אוועקגעגאנגען נאר אז די אידן האבן מתפלל געווען, און אפי' די שלענג זענען נאך דארט געווען איז עס שוין מער נישט געווען קיין צרה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר יואל יעקב שעהנברון הי"ו,
נאכן בענטשן האט דער רב געזאגט שבע ברכות.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 166
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ד תמוז תשפ״ו · Jun 29, 2026 · 5:17 PM
#3152
🌴בצל מורינו🌴
היינט אויפדערנאכט וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויספארן קיין קרית יואל וואו דער רב וועט אויפטרעטן מיטן דבר המעמד ביים מעמד 'קביעות מזוזה ומסיבת לחיים' פאר די נייע תקנות זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט., אינאיינעם מיט א 'כינוס עסקני הכלל' פאר די נדיבים און עסקנים להקל הוצאות בעת שמחה.
~🌴~
👁 165
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א תמוז תשפ״ו · Jun 26, 2026 · 11:13 AM
#3150
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת חקת - בלק =

אינדערפרי ארום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 185
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א תמוז תשפ״ו · Jun 26, 2026 · 11:13 AM
#3149
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת חקת - בלק =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר זלמן לייב גרין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישעי' בערנאטה הי"ו אין די זאל פון פארק מענאר - סעליש.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 174
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א תמוז תשפ״ו · Jun 26, 2026 · 11:13 AM
#3148
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת חקת - בלק =

אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל צ"ב, וואו דערביי האט דער רב משמיע געווען דברי הדרכה לימי הקיץ און מעורר געווען די בחורים צו עקסטער עוסק זיין בתורה ועבודה אינדערפרי פאר'ן דאווענען.

דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים מרדכי שניצער הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר אפרים קויפמאן הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מנחם אלי' גראס הי"ו - אנטווערפען עב"ג הכלה בת מוה"ר משה אברהם גראס הי"ו אין די זאל פון אהלי פרידא,
און דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וומ"ס.

דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יונה לעבאוויטש - ק"י און הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 171
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י׳ תמוז תשפ״ו · Jun 25, 2026 · 2:22 PM
#3147
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת חקת - בלק =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די וועכנטליכע שבת אחים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט משמיע געווען דברי הכנה לימי הקיץ און מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן כראוי אפי' אין די צייטן ווען מען איז נישט אין די געווענליכע מסגרת.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אום 6:45 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
נאך מנחה האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים משה בראדי הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם שמואל יערמיאש הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו עס האבן זיך געשטעלט צום פארהער א קבוצה בחורים תלמידי הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א בישיבה קטנה סניף מבצר התורה אויף הלכות שבת וועלכע ווערט געלערנט ביים סדר אשמורת,
דער רב האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך אנגעוואונטשן ברכה והצלחה פארן מגיד שיעור חתנו הרה"ג ר' יואל שליט"א און אלע בחורים.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ.

ביים אנקומען האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר צבי יעקב ווילהעלם שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יקותיאל יעקב גוטמאן הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן הר"ר שמעון מייזליש שליט"א חתן הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - דומ"ץ בקהילתינו הק' ב"פ, בן כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור ובני המשפחה,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס.

ביים אנקומען אין וומ"ס אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יונה פריינד הי"ו - ק"י און מוה"ר משה יושע שפילמאן הי"ו דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו און הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר לייביש אילאוויטש שליט"א - ב"פ און הר"ר ישעי' סאקס שליט"א אין די זאל פון לומענענס,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו און מוה"ר אברהם בערגער הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית המחותן.

דערנאך איז דער רב אריבער צו די זאל פון אהל לאה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת השבע ברכות פון הכלה נכדת דודו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א בת לבנו הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א חתן האדמו"ר מפאלטישאן בענסענהוירסט שליט"א,
עב"ג החתן בן הרה"צ ר' אלעזר יונה גינזבערג שליט"א - רב דקהל סוואליווע בן האדמו"ר מחוסט שליט"א חתן האדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש,
דער רב האט זיך באגריסט מיט די אדמורי"ם ורבנים אויפן אויבנאן, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער וויזשניצע רבי האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און דער רב האט אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און חשובע זיידעס שליט"א.

פון דארט איז דער רב אריבער צו בית מדרשינו בנין בראך וואו דער רב האט געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים ברוך רייך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף דייטש הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י׳ תמוז תשפ״ו · Jun 25, 2026 · 9:52 AM
#3143
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת החתונה פון הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק אצל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א - מו"ץ ביהמ''ד מהרש"א דקהלתינו הק' ק"י, פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון כינור דוד אין קרית יואל.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ תמוז תשפ״ו · Jun 24, 2026 · 11:14 PM
#3142
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת חקת - בלק =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים לרגל די יארטאג פון זיך אריינציען אינעם נייעם בנין הישיבה,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה ארויסברענגנדיג די שוועריקייטן וואס מען איז אלס דורך אין די מ"ב מסעות ביזן אנקומען אין דעם בנין און מעורר געווען די בחורים צו האלטן די פלאץ ווי עס פאסט פאר א מקום קדוש און מחזק געווען די בחורים בעניני הכנה לתפילה.

נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין ק"י,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו - יו"ר מערכת קול סאטמאר אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט. און זיך דערביי באגריסט מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר בעריש גראס שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמעון לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאל פון גינת קליין.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 170
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ תמוז תשפ״ו · Jun 24, 2026 · 9:03 PM
#3141
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת חקת - בלק =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ע"ב - ע"ד,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אום 5:00 נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו פונעם רב א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א - מגי"ש בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק' וראש החבורה במבצר הלומדים, בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס.

עס האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק', און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בשבח פון בית מדרשינו בנין בראך און אין די סוגיא וואס ווערט יעצט געלערנט בחבורת יסודי התורה,
דערנאך האט הרה"ג ר' שמעון שמעי' שליט"א אויפגעטראטן,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נייעם דיין שליט"א ולכל המסובין, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נייעם דיין שליט"א.

שפעטער נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל יעקב שעהנברון הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר אביגדור נחום מענדלאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 7:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען אין ק"י איז דער רב צוגעפארן צום שטוב פון הרה"ח ר' יואל ליבערמאן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי תורה בעניני סיום מסכתא און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט ר' יואל הי"ו ובני משפחתו.

דערנאך איז דער רב אריבער לביתו וואו פארגעקומען אן אסיפה פאר די עלטערן פון די תלמידי הישיבה סניף שביל התורה שיעור ג', דער רב האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די עלטערן, און ארומגערעדט איבער די עתיד פון די בחורים איידערן אריינגיין און ישיבה גדולה, און מען האט אויסגעשמועסט עטליכע פרטים בנוגע די שווערע הוצאות וואס די ישיבה ברענגט מיט זיך.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק' ק"י עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און באזונדער מיט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו, און די גאנצע משפחה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 156
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ תמוז תשפ״ו · Jun 24, 2026 · 9:03 PM
#3140
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת קרח =

ערש"ק ארום 9:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבל"ש און מעריב,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות.

ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 9:00 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק וואס דתן ואבירם האבן געזאגט 'המעט כי העליתנו מארץ זבת חלב ודבש להמיתנו במדבר כי תשתרר עלינו גם השתרר', און עס אויסגעטייטשט אז דתן ואבירם האבן מבאיש ריח געווען אויף משה ואהרן אז די סיבה פארוואס זיי האבן צוריקגעברענגט די אידן פון ארץ ישראל פסח ביינאכט נאכ'ן מקריב זיין דעם קרבן פסח איז געווען ווייל משה ואהרן האבן געוואוסט אז אין א"י וועלן זיי נישט זיין די מנהיגי הדור,
און זיי האבן צוגעלייגט אז דורכדעם וואס משה רבינו האט צוריקגעברענגט די אידן פון א"י מאכט ער אז די אידן זאלן שטארבן אין מדבר ווייל אין חו"ל איז נישט דא די אוירא וואס איז מחכים און ממילא האט מען נישט די סייג לחכמה פון שתיקה און מ'רעדט דברים בטלים און דאס ברענגט צו מיתה ווייל נפשי יצאה בדברו.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די קומענדיגע וואכן ווען דער עולם וועט ארויספארן אויף די בערג צו וויילן במשכ'ן זוממער, דער רב האט שטארק מעורר געווען אז מ'האט לעצטנס אסאך אויפגעטון אין עניני צניעות ב"ה אבער ווען פרויען זיצן צוזאמען אין קאנטרי און ס'איז דא אויף פון אנדערע מקומות קען ווערן אוועקגעמאכט געוויסע קבלות טובות און ממילא דארף מען זען אז מען זאל נישט ווערן אראפגעשלעפט פון אנדערע און נישט מזניח זיין אין גארנישט נאר זיך האלטן ווייטער שטארק,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז די וואכן אויף די בערג איז געמאכט געווארן צו קענען שטייגן און גרינגער דינען דעם אויבערשטן, און מ'דארף זען און זיכער מאכן אז מ'גייט טאקע נאר ארויף און נישט אויף אראפ, און גענומען אלץ א משל דאס וואס טוט זיך אפ אין געװיסע קאנטריס שבת נחמו וואס עס איז בכלל נישט רוח חכמים נוחה הימנו,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכן בענטשן האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן ב"ר חיים הערש סופר הי"ו.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 170
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ תמוז תשפ״ו · Jun 23, 2026 · 10:06 PM
#3130
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר משה קויפמאן און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו - יו"ר מערכת קול סאטמאר נעכטן אויפדערנאכט אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט. אין קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 166