🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז סיוון תשפ״ו · Jun 12, 2026 · 12:42 PM
#3062
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת שלח =

אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען ארום 7:15 איז דער רב צוגעפארן צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א צום וועכענטליכע שבת אחים.

צוערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רב אראפגעזעצט צום וועכנטליכן שבת אחים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שבת, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה והכנה לשבת קודש, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

שפעטער ארום 11:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז סיוון תשפ״ו · Jun 12, 2026 · 12:42 PM
#3061
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת שלח =

אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

פארן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד יושע כ"ץ הי"ו,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל צ"ו פסוק א' - ב',
און ארויסגעברענגט אז אידן זענען נישט קיין בר מזל קען מען אריינלייגן א גרויסע עבודה אינעם שבת, און מאריך געווען בקדושת שב"ק,
דערביי האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה צום גרויסן שבת התרוממות והתעלות וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן שבת קודש פאר די אריבער דריי הונדערט תלמידים פון חבורת קדושת יום טוב בהרי הקעטסקילס.

דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און געמאכט א לחיים מיט די בר מצוה בחור, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 134
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 4:24 PM
#3056
🌴בצל מורינו🌴
דעם שבת קודש וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אפרעכטן אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס - חברי חבורת קדושת יו"ט אין די פיינגראוו רעזארט אין קערהאנקסען,
דער רב וועט אפרעכטן די תפילות און סעודות שבת אינאיינעם מיט די בחורים און משמיע זיין דורכאויס שבת דברי תורה ודברי הדרכה פאר די בחורים.

"השבת נועם הנשמות"
~🌴~
👁 136
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 3:43 PM
#3042
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד אדיר אסיפה 'שמירה לדורות' בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' וומ''ס, פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון עידן פעלעס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 132
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 12:01 PM
#3041
ארום 10:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען אין זאל און דער רב האט ממשיך געווען מיט די דרשה ברשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א.

ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דב"ק אויפן פסוק והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה', לחם מיינט מען א פרוי, תרומה זאגט רש"י לשון הפרשה, דאס קומט זאגן אז ווען מען האט חתונה דארף מען מאכן א הפרשה מען דארף זיך אפשיידן פון פארשידענע זאכן,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען וואוינט אין וומ"ס מיט פארשידענע קרייזן און קהילות ווי מען איז מקפיד אויף פארשידענע חומרות און מנהגים אבער אויף צניעות זענען זיי נישט מקפיד, רבותיה"ק זי"ע האבן אבער יא שטארק מקפיד געווען אויף צניעות און קדושה, און דאס איז געווען פון די הארבסטע זאכן און מעורר געווען אויף דעם אין די הייליגסטע צייטן, און ח"ו אז איינער זאל מקיל זיין ביי די ענינים, אונז האמיר א מסורה ווי אזוי מען דארף זיך פירן און וויאזוי מען דארף זיך אנטוהן און וויאזוי מען דארף אנטוהן די קינדער און דאס קען מען נישט טוישן לויט די גיסטע,
דער רבי האט פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע האט געענטפערט פאר א גדול בישראל וועלכע האט געפרעגט אויף א ענין ווי עס שטייט, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געענטפערט עס שטייט אין מיר און איך בין די תורה! האט דער רבי אויסגעשריגן די ענינים שטייען אין רביה"ק זי"ע און ער איז די תורה! און ח"ו צו מקיל זיין מיט אזא שאלה פון ווי שטייט עס,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די מצב ווי מען זעט די חילוק וויאזוי די באבע מיט די קינדער און די אייניקלעך גייען אנגעטוהן, עס איז שרעקליך! א שטארקע ירידת הדורות, מען דארף זען זיך פירן תרימו תרומה לה' תרומה מלשון התרוממות, מען דארף זיך פירן דערהויבן און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכנים און חברים נאר זיך האלטן שטאלץ מיט אונזער מסורה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז א חלק פון די פראבלעם קומט אז מען שיקט אוועק די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות און זיי באקענען זיך מיט פרעמדע השקפות און ווערן קאלט צו די ענינים און שפעטער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אז זייערע פרויען זענען זיך מקיל ביי די ענינים,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בנו הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה דברים היוצאים מן הלב און וועט בעז"ה זיין נכנסים אל הלב און אינעם מח, און שטארק מחזק געווען זיינע ווערטער און געזאגט פאר יעדע יחיד אז דיר מיינט מען, און יעדער בפרטיות דארף זיכער מאכן אז ביי זיין שטוב און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך זאל מען זיך פירן ווי עס פאסט און גודר גדר זיין ווי מען קען,
דער רבי האט שטארק משבח זיין די פעולות ווי פילע תלמידות בית רחל האבן זיך געלאזט אפשערן די לאנגע האר אין די לעצטערע וואכן און עס שטארק מחזק געווען,
דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מצליח זיין צו מקיים זיין אלע תקנות, ובזכות נשים צדקניות נגאלו בב"א.

דערנאך ארום 11:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט אביו הגדול מרן רבינו שליט"א ברוב עם, און דערנאך פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 12:01 PM
#3040
פון דארט איז דער רב אריבער צום חלק ההלכה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז צולאזטע האר ביי מיידלעך, אנגעהויבן פון די דריי יאר איז אסור צו זאגן בפניה א דבר שבקדושה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די חיוב פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, און ארויסגעברענגט אז אמאליגע צייטן פלעגט מען געבן מתנות פאר דעם, און בעלזא רב האט געזאגט אז דאס איז אזויווי א קרבן,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די אופנים פון די שייטלען און די כיסוי הראש, און ארויסגעברענגט ווי שטארק די מצב איז נתדרדר געווארן, דער רב האט אראפגעלייגט די היתר וואס מען האט שוין יא געגעבן אויף שייטלען װאס דאס איז געווען אז עס טאר נישט זיין לאנג, נישט אויסזען ווי עכטע האר, און זיין מיט א צודעק כדי מ'זאל זען אז מ'איז חתונה געהאט, און אזוי אויך איז דא באזונדערע שאלות איבער האר פון מענטשן, מתים און חולים,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז אפי' די שייטלען וואס מ'האט יא מתיר געווען איז נישט דומה בכלל צו די היינטיגע שייטלען, און ס'איז אזויווי איינער זאל מדמה זיין דעם רבי'ן ז"ל צום רב וואס איז געווען אין סאטמאר נאך די מלחמה, און אזויווי א שואל ומשיב היינט אין ישיבה צו דער הייליגער שואל ומשיב.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז בעת שמחה ביים חתונה מאכן מאכט זיך אסאך אז מ'גייט ערגער ווי געווענליך, אבער דאס איז א טעות מוחלט ווייל ס'איז נאר העכער ווי די הייליגע טעג און אלע ימים טובים צוזאמען וואס דאן פארשטייט יעדער איינער אז מ'דארף זיך פארבעסערן און גיין מער אויסגעהאלטן ווי א גאנץ יאר,
און די זעלבע זאך א כלה נאכ'ן חופה ווען עס איז חל אויף איר דאס איסור פון גיין מיט אויפגעדעקטע האר, פעלט זיך אויס א ספעציעלע זהירות אין דעם און ח"ו נישט פארקערט, אין אזעלכע הייליגע מאמענטן שפילט מען זיך נישט מיט'ן הארבן זוהר הקדוש.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די הארבקייט פון זיך טוישן לגריעותא און די סכנה וואס דאס איז, געבויט אויף א מעשה ביים עצי חיים פון א קינד װאס איז אוועק ווייל מען האט זיך געטוישט אויף שוואכער, און אזוי אויך ווי פאיע רב האט געזאגט לגבי זיך אנטון א גארטל ביים דאווענען,
מ'דארף וויסן אז דו דארפסט גיין מיט דיין מסורה און פון דעם זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא, אזויווי עס זענען דא וואס עסן מצות וואס זענען געבאקן געווארן אין 22 מינוט, אבער אויב דו גייסט עס עסן האסטו עובר געווען אויף אן איסור חמץ, די זעלבע זאך איז מיט די כיסוי הראש, מען טאר נישט גיין שוואכער פון די אייגענע מסורה.

דער רב האט אראפגעשטעלט מיט א שטארקייט אז די הנהלת המוסדות וועט זיין גאר שטרענג און מען וועט זיך שטארק שטעלן דערויף, און יהיה מי שיהיה וועט מען נישט אננעמען אזעלכע קינדער אין די מוסדות.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט פון עטליכע אנדערע נושאים וואס זענען נוגע חינוך הבנים, צום ערשט איבער שטרימפ ביי מיידלעך פון דריי יאר און העכער וואס עס איז אסור אז די פיס זאל זיך ארויסשטעקן,
און דערנאך איז דער רב אריבער צו ענינים וואס זענען נוגע אויף בחורים, בראש וראשון איבער א פריוואטע סעלפאון וואס מאכט א חורבן אין א בחור מיט די אלע האטליין'ס און ספעציעל היינט מיט עי איי אזויווי רבינו שליט"א האט שוין גערעדט פארגאנגענע וואך, דער רב האט ארויסגעברענגט אז א טאטע וואס געט א סעלפאון פאר א בחור איז מער נישט בעה"ב אויף אים, און זיך אויסגעדרוקט אז אויף די אפליקאציע ביי שם האב קען מען אריינשרייבן "טעלעפאון",
און באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די חורבן פון געבן געלט פאר א קינד און א בחור און געבעטן אז מ'זאל זיך צוריקהאלטן דערפון,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
👁 110
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו סיוון תשפ״ו · Jun 11, 2026 · 12:01 PM
#3039
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שלח =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 8:10 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס ארום 8:50 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון עידן פעלעס צום מעמד אדיר אסיפה "שמירה לדורות" בהשתתפות אלפי חברי קהילתינו הק' והורי מוסדותינו הק',
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א - מרבני קהילתינו הק' מאנסי ור"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע האט ארויסגעברענגט בהשכל ובדעת דעם וויי געשריי איבער די נסיונות פונעם היינטיגן דור.

ארום 10:10 האט דער רב משמיע דעם צענטראלן פייערדיגן דרשה בחובת השעה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה' און עס אויסגעטייטשט אויף דריי מהלכים במשכ'ן דרשה.

צום ערשט האט דער רב ארויסגעברענגט אז די נושאים בעניני חינוך הבנים פון וואס מ'גייט יעצט רעדן איז נוגע סיי פאר טאטעס, און דער רב האט מדגיש געווען אז דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר עלטערע אידן וואס האבן שוין נישט קיין קינדער אין שטוב, און זיידעס קענען אסאך מאל נאכמער באמערקן אויף אן אייניקל וואס א טאטע באמערקט נישט אויף א קינד,
שפעטער האט דער רב אויסגעשמועסט אז היות די ענינים פון שערות אשה און כיסוי הראש נעמט אריין הלכה'דיגע שאלות, האט די זיידע א רעכט צו שטיין אויף זיינע פרינציפן און פארלאנגן פון די אייניקלעך אז מען קען נישט אזוי אריינקומען צו אים אין שטוב.

דערנאך האט דער רב פונה געווען זיינע ווערטער צו די עלטערן פון די תלמידי המוסדות, און ארויסגעברענגט אז א טאטע קען אמאל קרומען מיט די נאז אדער נאכמער בנוגע די תקנות המוסדות, אמאל קומט עס פון כעס און אמאל פון א פאלשע רחמנות, און מסביר געווען אז דאס אלעס קומט נישט פון שלעכטיגקייט, נאר פון א מכשול וואס האט זיך געמאכט און מיר ווילן אינאיינעם אויפציען אונזערע קינדער ערליכערהייט על דרך התורה והמסורה,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז די גדרים וסייגים וואס מען מאכט איז אזויווי מען רירט נישט צו קיין רויזן וואס דאס איז כדי ס'זאל זיך האלטן שיין און נישט חרוב ווערן.

דערנאך האט דער רב מרבה געווען בשבח פון אנשי שלומינו ובפרט די נשים צדקניות און די מיידלעך ווי פילע האבן זיך פארבעסערט אין די לעצטערע טעג נאך די פארגאנגענע צוויי דרשות איבער דעם ענין,
דער רב האט ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מ'האט שוין געשריבן איבער פופציג טשעקס פאר פרויען וואס האבן קלענער געמאכט די שייטל, און ס'איז דא נאכמער וואס בעטן נישט די געלט, נעכטן אליינס האט מען געשריבן צוועלעף טשעקס,
שפעטער אין די דרשה האט דער רב ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די התעוררות אין בית רחל ווי דער רב האט זיך אויסגעדרוקט אז בעצם יום ל"ג בעומר האבן זיך די מיידלעך פארקורצערט די האר און ס'איז געווען "זעק פון האר".
אבער מיט ווייטאג און מיט א קרעכץ האט דער רב ממשיך געווען אז ליידער הערט מען פון פרויען וואס ווילן שטייגן און גיין בעסער אבער די מענער פארלאנגן זיך משנה צו זיין אויף ערגער, און בתוקף ועוז האט דער רב מוחה געווען דערויף און ממחיש געווען דאס ענין ווי ווייט די טעות איז,
און אויסגעפירט אז ביז היינט האט מען געמיינט אז די מענער פארשטייען סייווי דאס ענין און מ'דארף נאר ארבעטן אויף די פרויען און מיט אביסל התעוררות און געלט אין די זייט וועט מען אויפטון דאס געפאדערטע טויש, אבער אזויווי ס'האט ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין אנדערש, האט מען געדארפט צוזאמרופן דעם אסיפה.
👁 119
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה סיוון תשפ״ו · Jun 10, 2026 · 12:47 PM
#3038
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת שלח =

אין די פארטאגס שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ,
נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' אברהם לייב סאקס הי"ו אין שטוב פון זיין טאטע הר"ר מאיר סאקס שליט"א,
און ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך ארום 9:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 144
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה סיוון תשפ״ו · Jun 10, 2026 · 12:47 PM
#3037
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת שלח =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ס"ז ע"ב - ס"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ברא"י מערץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל פרייליך הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' משה שמואל שטיין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס,
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה בעניני סיום הש"ס און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מצות מעקה וואס הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו האט מקיים געווען בביתו החדש, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ לכבוד התורה.

שפעטער ארום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' מענדל וואלף שווארטץ הי"ו אין שטוב פון זיין שווער מוה"ר יואל ברח"מ ווייסמאן הי"ו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 137
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה סיוון תשפ״ו · Jun 10, 2026 · 12:47 PM
#3036
= רעוא דרעוין =

ארום 8:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב משה זאפיר הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו,
לוי: מוה"ר יוסף יואל לעווי הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' אברהם דוד שטיין הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר משה שווארטץ הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל שטיין הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר אברהם לעווי הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און עס אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
צווישן אנדערע האט דער רב גאר שטארק ארומגערעדט בעניני אמונה, און ארויסגעברענגט אז אמונה איז נאר ווען מ'ווייסט און מ'זעט נישט, און דער רב האט עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט פאר יתרו 'כי על כן ידעת חנותינו במדבר והיית לנו לעינים'.

דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארומגערעדט פון די אסיפה 'שמירה לדורות' וועלכע איז געפלאנט אויף דעם דינסטאג און עס אריינגעטייטשט אויף עטליכע אופנים אין די פסוקי הפרשה,
דער רב האט ממשיך געווען און פארציילט מעשה פון פאנאוויטש'ע רב וואס האט געוואלט עפענען א ישיבה און מ'האט אים געזאגט אז ער חלום'ט, האט ער געזאגט אז ער חלום'ט אפשר אבער ער שלאפט נישט, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז אויב מ'שלאפט נישט און מען רודערט אויף אין די ענינים וועט מען בעז"ה אויפטון,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ביים אסיפה וועט מען ארומרעדן איבער אונזער תפקיד און זען צו שטיין אויף די חומות פון די גדרים וסייגים,
דער רב האט מעורר געווען און פארלאנגט אז יעדער יחיד זאל זיך זען משתתף צו זיין ביים נחיצות'דיגן אסיפה און אפי' עלטערע אידן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר משה שווארטץ הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

נאכן בענטשן האט דער רב געזאגט שבע ברכות פאר החתן בן הר"ר לוי הערש פאסטערנאק שליט"א און פאר החתן בן הרה"ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה סיוון תשפ״ו · Jun 10, 2026 · 12:47 PM
#3035
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת בהעלותך =

ערש"ק ארום 8:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב זאפיר הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:05, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =


ארום 12:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הר"ר מאיר סאקס שליט"א,
ויהיו רחמיך: מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו - ק"י.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א - רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר אברהם ארי' סאקס הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס,
און לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר מנחם זאב שווארטץ הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.

אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר טעללער הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר ארי' יודא שווארץ הי"ו,
צו שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יואל שטערן שליט"א - מנהל במוסדודתינו הק'.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל ביטמאן הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יצחק שלמה דרעזנער הי"ו - ב"פ,
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שלשי: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
רביעי: החתן בן הרה"ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דברי חיים ק"י,
חמישי: החתן בן הר"ר לוי הערש פאסטערנאק שליט"א,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - מנהל במוסדודתינו הק'ב"פ,
אחרון: מוה"ר אלי' פאסטערנאק הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיין הי"ו - ק"י,,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 144
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה סיוון תשפ״ו · Jun 10, 2026 · 9:13 AM
#3034
🌴בצל מורינו🌴
פייערדיגע דרשה פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד אדיר אסיפה 'שמירה לדורות' בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' וומ''ס, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון עידן פעלעס.
~🌴~
🎧
דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ אצל אסיפה שמירה לדורות ג' שלח תשפ''והערט אויף טעלעגראם ↗
👁 1.08K
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד סיוון תשפ״ו · Jun 9, 2026 · 10:18 PM
#3033
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שלח 10:17 אויפדערנאכט =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן משמיע זיין די צענטראלע דרשה ביים מעמד אדיר אסיפה "שמירה לדורות" בהשתתפות אלפי חברי קהילתינו הק' והורי מוסדותינו הק' וומ"ס.

מ'קען מיטהאלטן א לייוו הוקאפ אויף די קול סאטמאר הוקאפ נאמבער.
3518887117
6053136528
7124328773 11000#
"לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'"
~🌴~
👁 166
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד סיוון תשפ״ו · Jun 9, 2026 · 12:10 PM
#3025
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' משה שמואל שטיין הי"ו פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט בביתו אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 166
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ סיוון תשפ״ו · Jun 5, 2026 · 12:47 PM
#3018
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת בהעלותך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר משה גלאנצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר בערל שימענאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כתר ריזל,
און ביים חופה פון החתן בן הר"ר לוי הערש פאסטערנאק שליט"א - ק"י עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' אין די זאל פון גינת אסתר.

ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר לוי הערש פאסטערנאק שליט"א - ק"י עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' אין די זאל פון גינת אסתר, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' מענדל פריעדמאן הי"ו אין ביהמ"ד בנין בראך,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר משה גלאנצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר בערל שימענאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כתר ריזל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 197