🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ג אלול תשפ״ד · Sep 26, 2024 · 10:24 AM
#274
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת נצבים וילך =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ' ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

ארום 8:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

אום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי' בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

שפעטער איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בביתו אינאיינעם מיט די חברי הנהלת ישיבה קטנה דרך התורה וואס שטייט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב װאס איז עומד בראש אויף אלע חלקים פונעם ישיבה,
מ'האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם בנין וואס מ'קויפט אפ אין די יעצטיגע טעג פאר'ן באנוץ פונעם ישיבה, און אויסגעשמועסט די מהלכים וויאזוי צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות פונעם נייעם שטח.

אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין ק"י,
און דערנאך זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ק"י,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלתר משה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יונה לעבאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון פילמאר גארדענס,
דער רב האט געליינט תנאים, דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי,
ארום 10:15 איז דער רב אנגעקומען צו די זאל פון עטרת חי' שרה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן אלכסנדר סענדר יצחק ני"ו בן הרה"ח ר' חנני' הירש הי"ו - וומ"ס, בן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מראה"ק והמוסדות ק"י, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה זלמן ב"ר מרדכי רייזמאן הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 15