דערנאך האט דער רב עקסטער גערעדט צו די תלמידי הישיבה שיעור ג', דער רב האט ארויסגעברענגט די הצלחה וואס די תלמידים האבן געהאט במשך די דריי יאר, און מ'גייט יעצט ארויס פון די ישיבה ווענט, זאל מען זעהן מיטצונעמען אלעס וואס מ'האט זיך דא אויסגעלערנט, און ס'זאל זיין ניכר אויפ'ן פנים אז מ'האט געלערנט אין 'ישיבת דרך התורה',
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע פארהער וואס וועט אי"ה פארקומען נאך סוכות וואו מ'וועט זיך פארהערן די לימודים, מ'זאל זעהן אויסצונוצן די צייט וואס איז נאך פארבליבן און אלעס איבער'חזר'ן אז ס'זאל זיין שגור על הלשון,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'בלייבט תלמידים און אנגעוואונטשן הצלחה אויף די קומענדיגע יאר ווי מ'וועט אריינגיין אין ישיבה גדולה, און זיך ווארעם געזעגנט.
מ'האט געענדיגט אום 5:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
ארום 7:45 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל,
עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אתם נצבים היום', און ארומגערעדט בעניני חודש אלול, און מעורר געווען די תלמידי הישיבה לתשובה ותיקון המעשים, דער רב האט נאכגעזאגט אז חודש אלול האבן אפי' די צדיקים מורא, און ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך צוגרייטן מיט א הכנה דרבה, מ'דארף זיך מאכן א חשבון הנפש וויאזוי די יאר איז אדורך.
צווישן אנדערע האט דער רב געזאגט אז היינט ווען איך בין אריין צום טאטן זז''ג, און מ'האט איבערגעשמועסט די הצלחה'דיגע יאר וואס ס'איז אריבער אויף ביידע סניפים פון די ישיבה פון וואס דער טאטע האט מורא'דיג הנאה געהאט און געשעפט גרויס קורת רוח,
האט דער טאטע געזאגט אז די צוויי סניפים דארפן האבן צוויי באזונדערע נעמען, און דער טאטע האט קורא שם געווען פאר דעם ישיבה לקראת זמן החורף הבעל"ט "ישיבת בשבילי התורה".
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל זיך קענען גרייטן ווי ס'דארף צו זיין, און מאכן די ריכטיגע הכנה, און מ'זאל האבן א כתיבה וחתימה טובה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געענדיגט ארום 8:40 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 14