🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת נצבים וילך =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.
נאכ'ן דאווענען איז דער רב איבערגעגאנגען מיט די רמ"י הישיבה די סדר היום פונעם היינטיגן טאג ווי די תלמידי הישיבה פארן ארויס מחוץ לעיר איבערצו'חזר'ן די צוויי פרקים וואס מ'האט געלערנט די לעצטע פאר וואכן על פי די הוראה פונעם רב וואס האט משמיע געווען ביים דרשת סיום ימי הקיץ אז אפילו ס'איז א קורצע זמן, זאל מען זעהן אז ס'זאל נישט פארוואסערט ווערן,
דער רב האט ביים דרשה אויסגעשמועסט אז מ'וועט לערנען צוויי נייע פרקים וואס מ'האט נישט פארענדיגט במשכ'ן יאר, און מ'וועט זיך שטעלן צו א פומבי פארהער וואו עס וועלן זיך באטייליגן די עלטערן פון די תלמידי הישיבה,
די לעצטע פאר טעג איז דאס יאר געווען אויסנאם שטארקע סדרי הישיבה נאך וואס די סדר הלימוד וואס דער רב האט אוועקגעשטעלט, האט זיך איינגעגעבן אסאך בעסער ווי געראכטן און די תלמידי הישיבה חזר'ן איבער די אלע בלעטער זיך גרייטנדיג אויפ'ן גרויסן פארהער.
דער רב האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם סדר היום, זיכער צו מאכן אז מ'קומט טאקע אן די מערסטע וואס מ'קען, כדי די תלמידי הישיבה זאלן טאקע באמת קענען די לימודים, און מ'זאל אויסנוצן די צייט אנצוקומען די מערסטע וואס שייך.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, ארום 10:50 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 7:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 17