🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ׳ אלול תשפ״ד · Sep 23, 2024 · 7:38 AM
#269
= רעווא דרעווין =

ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען בנש"ק הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ק"י,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו - ק"י,
כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' אברהם יעקב לעווי הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' דוד פריינד הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד פריינד הי"ו.

דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס, און דערנאך אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יעקב לעווי הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד פריינד הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

דער רב האט נאכגעזאגט אז עס שטייט פונעם אר"י הק' אז ביי תקיעת שופר זאל מען אינזין האבן 'פרנסה' ווייל תקיעת שופר איז משפיע פרנסה. וויאזוי קען מען בעטן דעם אויבערשטן גשמיות'דיגע זאכן, דער זוהר הק' זאגט דאך 'צווחין ככלבין הב הב',
האט דער רב אויסגעשמועסט אז ס'איז דא צוויי אפטייטשן אויף דער ווארט פרנסה, איינס פשוט אז מ'זאל האבן פרנסה צו קענען לעבן און דינען דעם אויבערשטן,
אדער, אז ס'מיינט עבודת השם ממש, אזויווי ס'שטייט 'ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים',
און ארויסגעברענגט אז ביי תקיעת שופר דארף מען אינזין האבן אז מ'וויל דינען און מפרנס זיין דעם אויבערשטן מיט די מצוות, אבער כדי די מלאכים זאלן עס דורכלאזן צום כסא הכבוד, האט מען אינזין פרנסה וואס זיי מיינען אז ס'איז גשמיות, ווייל ווען זיי פארשטייען ווען אז ס'מיינט רוחניות, וואלטן זיי עס נישט דורכגעלאזט.

דער רב האט א לענגערע צייט מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט געזעהן די גאנצע וואך ווי דער שטן פארלייגט גרויסע כוחות אז מ'זאל נישט קענען טראכטן גראד, ער מאכט פילע מהומות אוועקצונעמען דעם מענטש'ס קאפ אז מ'זאל נישט קענען טראכטן פון חודש אלול,
אבער מ'האט נאך מער פון א וואך אריינצוכאפן ביז ראש השנה, מ'זאל זעהן צו אויסנוצן די צייט און זיך נישט לאזן פון דער יצר הרע.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, און אנגעוואונטשן אז מ'זאל טאקע קענען אריינכאפן און מאכן די ריכטיגע הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מ'זאל פועל'ן אלעס גוטב, און זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה בישראל והתגלת כבוד שמים עלינו בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו - ק"י,
קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו - ק"י,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
דערנאך האט דער רב געזאגט שבע ברכות פאר החתן יעקב שלמה ב"ר יצחק קלמן ניישטאדט הי"ו.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 19