🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד חשוון תשפ״ה · Nov 25, 2024 · 9:05 AM
#519
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תולדות =

ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף בשבילי התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ד ע"ב - ס"ז ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 5:45 בזמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 6:15 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי בני הגה"צ ר' אהרן זאב מאליק ז"ל - אב"ד סאמבור,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים בברכת תנחומין.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב איז אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן יאקאבאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קרית יואל, וואו דער רב וויילט במשך די קומענדיגע טעג אויף מנוחת הנפש.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה בחצרות קדשינו,
הבחור בן גיסו הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ק"י, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכ'ן בר מצוה ארום 11:00 איז דער רב אהיים לבית האכסניא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 37