🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ כסלו תשפ״ה · Dec 3, 2024 · 3:40 PM
#530
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ויצא - בדר"ח כסליו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ס"ו ע"ב - ס"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין ישיבה לצעירים,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:45.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יצחק יואל גאלדבערגער שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' שמעי' פריעדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין מאנסי.

שפעטער ביינאכט האט זיך דער רב צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג און זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 36