🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ כסלו תשפ״ה · Dec 8, 2024 · 10:13 AM
#537
= רעווא דרעווין =

ארום 4:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יואל ברא"י עקשטיין שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו,
לוי: ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' ישראל קנאפפלער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
און ארויסגעברענגט אז געווענליך קען מען נישט נהנה זיין פון מעשה נסים, אבער אויב א מענטש פארשטייט אז די גאנצע טבע איז איין שטיק נס, מאכט דער אויבערשטער אפי' זאכן וואס זענען באמת חוץ לדרך הטבע, און דאס איז געווען די מדריגה פון יעקב אבינו.

דער רב האט ארומגערעדט בדברי הכנה אויף די ימי החנוכה, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון זיך צוגרייטן מיט אן הכנה דרבה און מיט אן ערנסטקייט, און דערביי פארענטפערט דעם קושיות הבית יוסף פארוואס מען צינדט אכט טעג חנוכה, וויבאלד די ערשטע ליכט צינדט מען אלץ הכנה צו די אנדערע זיבן טעג,
דער רב האט מעורר געווען אז מ'זאל לערנען דעם ספר בני יששכר אויף חנוכה, און נאך ספרי חסידות וואס דאס איז די בעסטע הכנה.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תפילה און ארויסגעברענגט אז דאווענען דארף זיך אנהייבן פון אנפאנג און ענדיגן ביים סוף,
און דערביי אויפגעפאדערט אז מ'זאל זאגן תהלים יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, אפי' ווער ס'פלעגט נישט זאגן ביז היינט, און ארויסגעברענגט וויפיל מען קען פארדינען פון זאגן פינף קאפיטלען,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה וואלף שאהנפעלד הי"ו - ק"י,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל היימאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע וואך.
~🌴~
👁 34