ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35 און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
ארום 8:00 איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סט. וואו דער רב איז אריין זיך וואונטשן לקראת יום הקדוש.
דערנאך ארום 8:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ישעי' שעהר הי"ו אין די זאל פון ויואל משה.
ארום 1:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה", דער רב האט אויסגעטייטשט דאס וואס מיר זאגן ביי היום הרת עולם, אז באמת איז דאך אוממעגליך אז איד זאל זינדיגן, ס'איז נישט בדרך הטבע אז א קינד זאל דאס קענען טון פאר זיין ליבליכער טאטע וועלכע טוט אים אזויפיל גוטס, און אן עבד וועלכע איז תלוי אין זיין האר וועט דאס אויך קיינמאל נישט טון, אלא מאי אז דער אויבערשטער האט דאס כביכול אליינס גורם געווען מיטן באשאפן א יצר הרע וועלכע קען מאכן א איד חוטא זיין כאטש וואס ס'איז נישט מעגליך בדרך הטבע, דער רב האט געזאגט אז דאס מיינט ה' יראה, דער אויבערשטער זאל זען און באטראכטן אז דאס מיר זינדיגן איז תלוי בהר ה', אזויווי די גמ' זאגט אז דער יצר הרע װערט אנגערופן הר, דער אויבערשטער זאל זען אז מיר פון אונזער זייט וואלטן נישט חוטא געווען, דאס קומט נאר מכח די יצר הרע וואס ער האט באשאפן,
דער רב האט דערציילט אז ס'איז אים לעצטנס אויסגעקומען מחזק צו זיין א מאמע וועלכע איר קינד איז נעבעך דורך א דורכגעגאנג בבריאת הנפש, און די מאמע האט געוויינט אז ביז נעכטן איז די קינד געווען א געהעריגע בחור, וואס האט פלוצלינג פאסירט, דאן האט דער רב אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין איבער די פילצאליגע צובראכענע הערצער המצפים לישועה, אויסשרייענדיג אז דאס איז נאר איין מאמע פון איין קינד! רחל אמנו איז די מאמע פון גאנץ כלל ישראל! פארוואס פארפירט זי נישט, אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט אין ארץ ישראל, צוויי טויזנט יאר, א שיינע טרייסט פאר א מאמע..., דער רב האט געזאגט אז יעצט איז די מלך אין שטאט, הושענא רבה דערמאנט מען זיך אז ער גייט שוין אוועק, יעצט איז ער דא און יעדער קען גיין זאגן וואס ער דארף פונעם מלך! דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, עס זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו ביז מען וועט שוין בקרוב זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר און ברכת שהחיינו באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב, בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף אום 2:15 און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש', דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה וואו דער רב האט פארגעדאווענט בהתעורורות רב וברגש קודש וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב, מיטן אונטערהאלטן דעם רב ביי כורעים זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש און הרה"ח ר' משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו, פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' משה יודא שטרויס הי"ו, הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 5:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
אום 7:35 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף צו תפלת מנחה, בעל תפלה: הרה"ח ר' יצחק טובי' פריעדמאן הי"ו.
נאך מנחה איז דער רב אריינגעקומען צו נעילת ימי ראש השנה אין היכל תהילות יוסף, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור א גוט געבענטשט יאר, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון תקיעת שופר, אז אפילו א איד וואס האט נעבעך פארלוירן זיין צלם אלקים פון זיינע חטאים װערן זיינע תפילות נתקבל מכח די שופר, אבער שבת באקומט יעדע איד צוריק זיין צלם אלקים ממילא פעלט נישט אויס צו בלאזן שופר. דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב, אז ווען מ'גייט ארויס פון אזא יום טוב איז זיכער אז דער אויבערשטער האט ממלא געווען אונזערע בקשות, און מיר זענען מתפלל אז ס'זאל נישט זיין אין קיין קליינע כלי, נאר במדה טובה ישועה ורחמים.
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף ארום 1:45 און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש', דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבות אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב, מיטן אונטערהאלטן דעם רב ביי כורעים זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש און מוה"ר יושע הירש הי"ו, פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו, הרה"ח ר' ישעי' גראס הי"ו, הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו, הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' לייבוש פרענקל הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 4:55 און דער רב איז אהיים לביתו.
= ליל ב' דראש השנה =
ארום 7:20 איז דער רב איז אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג צו תפילת מנחה ושלו"ס, ביים ליינען איז מכובד געווארן, כהן: הרה"ח ר' פנחס פריעדמאן הי"ו - מנאמני בית הרב, לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א מ'ראצפערט, דער רב איז געגאנגען הגבה. גלילה: הרה"ח ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו, ביי של"ס האט דער רב מכבד געווען מיט אודה הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די קריאת היום, כל השומע יצחק לי ותאמר מי מלל לאברהם, און אויסגעטייטשט מיט די ווערטער פונעם ייטב פנים אז ווען ראש השנה געפאלט אום שבת בלאזט מען נישט קיין שופר ווייל שופר איז תשובה מיראה און שבת איז תשובה מאהבה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העלער, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהות הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א, און דערנאך איז דער רב אריין לחדרו הפרטי.
נאך א קורצע הפסקה האט מען געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' יעקב יצחק קארפען הי"ו, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט ארום 9:00 און דער רב איז אהיים לביתו.
= יום ב' דראש השנה =
ארום 8:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - מו"ץ, שחרית: הר"ר אלעזר מענדל פילעפף שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ און הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ, דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל, כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו, לוי: הבה"ח משה ב"ר יואל אברהם וואלף אפפעל ני"ו, שלישי: הרה"ח ר' יושע ראזענבערג הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה אויף די ערשטע ספר: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' משה אייזדארפער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הגבה אויף די צווייטע ספר: הרה"ח ר' אברהם משה בראך הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטטליעב הי"ו מען האט געענדיגט ארום 12:35 עס איז געווען פויזע, דער רב איז געגאנגען אין מקוה כהכנה לתקיעת שופר, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
🌴בצל מורינו🌴 = יו"ט ראש השנה שנת תשפ"ז בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג =
עריו"ט פארנאכטס אום 7:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות ובכיות, דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען די יערליכע מגבית פאר'ן "כולל תורה ויראה" וומ"ס מיט אירע אריבער 800 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ומרבני כוללינו, ארום 8:25 האט מען אנגעהויבן קבלת שבת ותפילת מעריב, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט די ערשטע תפלה פונעם יאר ברשפי אש קודש, מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, נאך מעריב האט דער רב פארגעזאגט 'לדוד מזמור' בהתלהבות אש קודש, מען האט געענדיגט ארום 9:15.
נאכן דאווענען האט דער רב אנגעוואונטשן 'לשנה טובה' פאר די רבני ודייני קהילתינו הק' אויפ'ן אויבנאן, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואו דער רב האט יעדן ווארעם אנגעוואונטשן בצהלת פנים, עס האט זיך פארצויגן פאר א לאנגע צייט קרוב צו צוויי שעה ווען דערביי האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור אנשי שלומינו, זקנים עם נערים ובראשם רבני ודייני העיר, וואס זענען געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו וואונטשן 'לשנה טובה' ביים רב, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
= יום א' דראש השנה =
ארום 8:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהילתינו הק', שחרית: הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' ק"י.
דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל, ביים ליינען זענען מכובד געווארן: כהן: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' דוד ארי' באש הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' דוד יודא מאטצען הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דערביי האט דער רב געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולדה אצל ר' יוסף בראך הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שביעי: הרה"צ הישיש ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, הגבה אויף די ערשטע ספר: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו, הגבה אויף די צווייטע ספר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה רעטעק הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:30, עס איז געווען פויזע, דער רב איז געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע דרשה, דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוק 'ה' האמירך היום' אויף די ענין פון זכרון תרועה, אז שבת ווען מ'בלאזט נישט קיין שופר ווערט די פסוקי שופרות נחשב ווי תקיעת שופר, אבער רש"י לייגט צו שהוא לשון תפארת, ווייל דער ישמח משה זאגט שוין אז שבת מוזן די פסוקים געזאגט ווערן מיט א ספעציעלע שיינקייט כדי ס'זאל קענען זיין במקום די תקיעות.
דער רב האט בקול בכי אראפגעלייגט די מצב ווי כלל ישראל געפינט זיך, אז אידן קוקן ארויס אויף ישועות אין אלע ענינים, ובפרט האט דער רב מעורר געווען איבער דעם ענין פון צער גידול בנים, ווען אזויפיל נשמות ווערן נעבעך פארפאלן רח"ל, דערביי האט דער רב ממליץ טוב געווען אויף כלל ישראל אז אונטער יעדע חטא פון א איד רח"ל קען מען טרעפן רצונות טובות, ווייל יעדע איד וויל באמת זיין גוט און צו דעם שטרעבט ער, דער רב האט אויסגעפירט אז בעיקר קוקן מיר שוין ארויס אויף די אמת'ע ישועה ווען דער אויבערשטער וועט זיך שוין מרחם זיין אויף אונז און שיקן משיח צדקינו בב"א.
🌴בצל מורינו🌴 = דאנערשטאג פרשת האזינו א' - ה' סליחות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו , מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
🌴בצל מורינו🌴 = מיטוואך פרשת האזינו א' - ד' סליחות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל זילבערשטיין הי"ו , מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, נאך מעריב איז דער רב אריבער אין עזרת נשים שע"י ביהמ"ד הגדול וואו די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רב האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים און אנגעוואונטשן פאר די קאפעליע.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר לוי יצחק כהנא הי"ו און מוה"ר מענדל שפיטצער הי"ו אין די זאל פון כתר צבי.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת האזינו א' - ג' סליחות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו , מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות אנ"ש, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו און מוה"ר יודא פארגעס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר דוד יואל שווארץ הי"ו און מוה"ר צבי יואל פרייזלער הי"ו אין די זאל פון פרדס משה, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים בר מצוה פון בן מוה"ר הירצקא יאקאב הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
🌴בצל מורינו🌴 = מאנטאג פרשת האזינו א' - ב' סליחות =
ארום 6:15 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות ברוב עם בהיכל ישיבה קטנה סניף דרך התורה, מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רב איז אהיים לביתו נעבן ישיבה.
ארום 7:20 איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה און איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט פארהערט די תלמידי הישיבה שיעור א' אויף שו"ע הלכות קידוש וועלכע האט זיך פארצויגן פאר אריבער א שעה צייט.
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, מען האט געענדיגט ארום 10:10.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בחדרו הפרטי אין ישיבה די תלמידי הישיבה שיעור ג' וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת מכות, דער רב האט פארהערט יעדן בחור באזונדער פאר א לענגערע צייט, עס האט געדויערט עטליכע שעה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו עס זענען צום ערשט אריין די תלמידי הישיבה שיעור א' און זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות קידוש והבדלה, און דערנאך זענען אריין די תלמידי הישיבה שיעור ב' און זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות בשר וחלב, דער רב האט פארהערט יעדן בחור באזונדער, עס האט געדויערט אריבער א שעה צייט, מען האט געענדיגט ארום 6:45 און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן צוריק קיין וויליאמסבורג.
אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר זושא וויינבערגער הי"ו און מוה"ר יוסף גליק הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געלייענט תנאים, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר בנציון צאהלער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה זלמן גראס הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יואל יושע גוטמאן הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל.
דערנאך ארום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.