🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ט אלול תשפ״ו · Sep 11, 2026 · 1:02 PM
#3284
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת האזינו א' - ערב ראש השנה =

ארום 5:10 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעזאגט מיט א שטארקע התעוררות ודביקת,
מיט די פתיחות איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
מען האט געענדיגט ארום 7:15.

ארום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רב געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג אום חודש אלול,
דערנאך האט דער רב אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 220