מוצאי יום הקדוש ארום 10:30 אויפדערנאכט איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריבער פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געמאכט קידוש לבנה מיט גרויס שמחה, און דער רב האט געוואונטשן 'א גוט יו"ט און א גוטן חודש',
דינסטאג אינדערפרי איז דער רב געזיצן א לענגערע צייט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל און עוסק געווען בלימודו, דערביי זענען פילע אנשי שלומינו צוגעקומען זיך באדאנקען פאר'ן רב אויפ'ן געהויבענעם יום טוב וואס איז אריבער.
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל חיים.
ארום 5:15 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. וואו עס איז פארגעקומען דעם פארהער פון אלע תלמידי כתה מכינה לישיבה אויף גאנץ מסכת קידושין וואס איז געלערנט געווארן במשך די לעצטע יאר בסדרי הלימוד אין ת"ת, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און פאר איבער אנדערהאלבן שעה פארהערט די תלמידים פרעגנדיג עטליכע שאלות פון יעדע בחור באזונדער שעפנדיג דערביי גרויס קורת רוח, דער רב האט פארלאזט דעם בנין התלמוד תורה ארום 6:45.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן יום ב' דחוה"מ סוכות בהיכל ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן בנו הרה"ג שליט"א ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רב האט פארלאזט ארום 9:15.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה, בעל תפלה איז געווען הר"ר זלמן לייב פילעפף שליט"א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר ישעי' פייערשטיין הי"ו, בעל קורא: הר"ר זלמן לייב פילעפף שליט"א, כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און מ'האט געזאגט מפטיר יונה, פתיחה ביי הויכע שמו"ע איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 6:45.
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט תפילת מעריב לפני התיבה בהתעוררות רב, מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק, הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, הר"ר דוד פערל שליט"א, הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
צו אדון עולם איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פסוקי תהילים: נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים, הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו , הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א - מנהל בית רחל, הר"ר יואל שפיטצער שליט"א - מנהל כיתה ט', הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א - מנהל כתה ט', הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף שביל התורה, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= יום הקדוש =
אום 8:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו צוגעגאנגען צום עמוד צו אנעים זמירות, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י, מיט די פתיחות ביי שחרית זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו, הר"ר מאיר מאיער שליט"א - ב"פ, הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו, הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלעזר שליט"א - לאנדאן, הרה"ג ר' יואל שליט"א - ב"פ בני הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אב"ד ראצפערט בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות, כהן: הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' משה מענדל ווערטהיימער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:00, מ'האט געזאגט יזכור, און דאן איז געווען פויזע, בשעת פויזע איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 1:35 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, צום ערשט איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר קליין הי"ו, דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם.
דערנאך ארום 1:50 איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף, דער רב האט געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש', גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותך כחומה: דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, דער רב האט שטארק מאריך געווען בתפילת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, ובפרט ביי די סדר העבודה וואס דער רב געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק, הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מרדכי פריעדמאן הי"ו, מיטן אונטערהייבן דעם רב ביי כורעים איז מכובד געווארן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שוויממער הי"ו, הרה"ח ר' מיכל קארנבלי הי"ו, הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו, הרה"ח ר' אהרן זאב שפיטצער הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו, הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א, הרה"ח ר' אברהם מאיר מיללער הי"ו, מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:40.
אום 7:40 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו כל נדרי, דער רב איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "כל נדרי דרשה" וואס האט אויפגעשאקעלט יעדן נפש וואס האט זיך דארט געפונען.
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם', און געזאגט אז ווען א איד זינדיגט חלילה באשאפט ער ר"ל מלאכים משחיתים וועלכע מאכן אים אן פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות, און מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן אז ער זאל נישט רחמנות האבן אויף אונזערע ברואים די מלאכי חבלה, נאר אויף אונז וואס מיר זענען זיינע ברואים.
דער רב האט מעורר געווען בקול בכי איבער די ביטערע מצב אין ווי מ'שטייט, נאכברענגענדיג די באקאנטע ווערטער פונעם תפארת שלמה וועלכע זאגט אז ס'איז דא צוויי וועגן צו מאכן משיכה, הכישה במקל אדער קורא לה והיא בא, כלל ישראל האט שוין גענוג געהאט דעם הכישה במקל, און דער רב האט אויסגעשריגן אז דער גרעסטער פראבלעם וואס אידישע קינדער האבן איז אז זיי האבן מורא אז זייער אמונה ווערט ליידער אפגעשוואכט, יעדע איינציגסטע צרה וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל געפינט זיך דא אין דעם בית המדרש! און עכ"ז דראפענען זיך די אידן אויף די גראדע ווענט נישט צו פארלירן זייער אמונה אינעם אייבערשטן, דער רב האט געבעטן אז מ'זאל מתפלל זיין איינער פארן צווייטן, התפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה.
דער רב האט דערציילט אז א איד האט אים פארציילט אז היינט ערב יום כיפור איז ער געזיצן א גאנצן טאג מיטן טעלעפאון אין האנט ווארטנדיג אז זיין זוהן וועלכע איז ליידער נישט אויפן ריכטיגן וועג זאל אים רופן, דער צרה איז דאך ליידער אזוי גרויס! מקען נישט זיצן און צוקוקן די צער פון דעם טאטן! דער רב האט אויסגעפירט בקול חנק: "דער אייבערשטער זיצט און ווארט יעדן ערב יוה"ק אז זיינע קינדער זאלן זיך ווענדן צו אים"!
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם קדושת המקום וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען די לעצטע צוויי יאר פון זיין לעבן און דער מקום האט א פלאץ פאר קיבול תפילות, און דער רב האט אויסגעפירט אריינטראכטנדיג אז אונז זענען נישט מער ווי אכט דורות תלמידים פון משה רבינו.
דער רב האט ממשיך געווען אז די מנהג פון אבותינו ורבותינו הק', אנגעהויבן פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע, און דער הייליגער עצי חיים זי"ע, ואחריו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולבהבלחל"ח מרן רבינו שליט"א צו זאגן אינאיינעם ווידוי לעת כניסת היום, און דער רב האט פארגעזאגט בבכיות רב.
דערנאך האט הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו איבערגעגעבן די ספר תורה פארן רב, און דער רב האט ממשיך געווען מיטן דרשה מיטן ספר תורה אין האנט, זאגנדיג: יעצט איז די צייט מפייס צו זיין דעם ספר תורה, און געזאגט אז די ספר תורה אליינס איז א גוטע מליץ יושר, און איז עדות אויף די טויזענטער שעות תורה וואס איז געלערנט געווארן דעם יאר אין די ביהמ"ד אליינס, אידן ציטערן פון א עבירה, ראש השנה היי יאר האט מען נישט געבלאזן שופר, אלעס וועגן א ספק, אידישע קינדער זענען גרייט אויפצוגעבן אויף אזא גרויסע מצוה פאר א ספק חילול שבת, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז מ'זאל אויס'פועל'ן אלעס גוטס, און ווערן אנגעשריבן צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.
דער רב האט פארגעזאגט די פסוקים 'אור זרוע' און 'פלגי מים' איין מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיט'ן ספר תורה וואו דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג, במשכ'ן ארומגיין אין ביהמ"ד האט דער רב געזאגט די פסוקים נאך זעקס מאל.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט דער רב געזאגט די שטיקל זוהר 'קם רבי שמעון', דערנאך האט דער רב האט אנגעהויבן "כל נדרי" וואס האט געדויערט א לענגערע צייט פארזאגנדיג די געהויבענע תפילה באש להבת שלהבת אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור מיט א קאך און א ברען אויפוועקנדיג יעדעס אידיש הארץ לתשובה ולתיקון המעשים, די ספרי תורה האבן געהאלטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ומח"ס שו"ת וישב יוסף.
🌴בצל מורינו🌴 = יום הקדוש שנת תשפ"ז בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל =
ערב יום הקדוש באשמורת הבוקר ארום 5:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות בחדרו הפרטי בביהמ"ד הגדול, און עס דערנאך אריבערגעטראגן צום שוחט כנהוג, דער רב האט געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם, און זיך דערנאך אומגעקוקט אויפן סדר השחיטה.
ארום 5:30 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, מ'האט געענדיגט ארום 5:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
כוותיקן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, נאך שחרית ארום 7:05 איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, צום ערשט איז אריין הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש און געגעבן לקך כנהוג, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דערנאך זענען הונדערטער אנ"ש אריין לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה לקראת יום הקדוש, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 8:45.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן קיין ק"י, דער רב איז אנגעקומען לביתו אום 10:45
אום 1:20 איז דער רב אריינגעקומען צו די ערשטע סעודה בביתו, מען האט געפענט דעם טיר פאר'ן ציבור ארום 1:45, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט, אין די זופ איז געליגן א קרעפל כנהוג, במשך דעם סעודה האט מען געזינגן לענגערע ניגוני התעוררות ודביקת, ניגוני ימים נוראים, דער רב האט פארגעזינגען דעם פיוט "ירצה" מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, אויף די ניגון אהבה רבה וואס איז נתחבר געװארן דורך הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דער רב האט משמיע געווען דברי התעוררות והכנה ליום הקדוש בקול חנוק מדמעות, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פיוט 'חנון חון עמך וכו' סניגור עלי תמנה וכו' זכותי יעלה בימין וכו' מחר יהי' האות הזה', דער רב האט געטייטשט ביי די עקדה האט אברהם אבינו געבעטן ה' יראה בהר ה' יראה, דער רב האט נאכגעזאגט דעם יערות דבש וועלכע איז מסביר די חילוק אין די קרבנות פון קין והבל פארוואס די אייבערשטער האט נאר אנגענומען די קרבן פון הבל, ווייל יעדער קרבן דארף זיין צאמגעשטעלט פון גוף ורוח חיים און נאר די קרבן פון הבל האט געהאט א רוח חיים, אבער ביי אן עני וואס ברענגט א קרבן מנחה זעהט מען אז אפי' עס האט נישט קיין רוח חיים נעמט מען אן זיין קרבן, האט דער רב ממשיך געווען בקול דמע, אז מען נעמט אן די קרבן פונעם עני ווייל נאר דאס האט ער, און ווען ער ברענגט דאס ברענגט ער עס מיטן גאנצן הארץ, און דאס האט אברהם אבינו געבעטן אז ווען א איד וויל דאווענען פארן הייליגע באשעפער זאל עס זיין ה' יראה אשר יאמר היום, דער אייבערשטער זאל קוקן וואס ער זאגט און עס אננעמען אפי' עס האט נישט קיין רוח חיים, דאן האט דער רב נאכגעזאגט די ווערטער פונעם ייטב לב זי"ע וואס זאגט אז סיי וואס א איד בעהט יום הקדוש אפי' גשמיות איז דאס אלס נאר פאר רוחניות, דער רב האט ממשיך געווען בדמעות שליש "מ'גייט אריין אינעם פארכטיגן טאג ובידי אין מעש ואל זאת אנו יפחד אבער מיט די זכות אבות וועט מען פועל'ן!" און דער רב האט דערביי געבעטן יעדער איינער זאל מתפלל זיין פארן כלל והפרט און געזאגט אז ווען דער שטן קומט מקטרג זיין זאגט אים דער רבוש"ע אז דו ביסט דער וואס האט געמאכט זיי זאלן זינדיגן און אלע זיינע טענות ווערן בטל ומבטל, דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און געוואונטשן א שנת גאולה וישועה בביאת גוא"צ בב"א.
אום 3:40 איז דער רב געגאנגען אין מקוה פרטי בביהמ"ד הגדול.
דערנאך ארום 4:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה ברוב עם, בעל תפלה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, נאך מנחה זענען הונדערטער אנ"ש אריבער לברך ולהתברך פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 5:00 און דער רב איז אהיים לביתו.
פאר'ן זמן איז דער רב געגאנגען אין מקוה לכבוד היום אין די פריוואטע מקוה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו און דער רב האט אנגעצינדן די געזונטע לעכט, דער רב האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפ'ן אייגענעם טלית, ווען דערביי איז געליגן אויפ'ן טיש דעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו וואס דער רב האט אנגעטוהן תיכף פאר'ן גיין אין ביהמ"ד.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים צינדן די יום כיפור לעכט עריוה"ק און דערנאך ביי תפילת מנחה ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. ~🌴~ https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv
ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת שובה, דער רב האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש וואו דער רב האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישות, דער רב האט אנגעהויבן די שבת שובה דרשה און א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון מצוה לאוו ליהנות נתנו און צוזאמגעפלאכטן אינעם סוגיא פון חצי שיעור וואס מרן רבינו שליט"א האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אז מ'זאל זעהן צו קובע זיין א שיעור יעדן אינדערפרי, און אזוי אויך קובע זיין א שיעור אויף זונטאג כדי אנצופאנגען די וואך מיט תורה, מ'זאל אויסשטעלן די גאנצע טאג צו קענען דאווענען אלע דריי תפילות בציבור, דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די הונדערטער נשים צדקנית וועלכע האבן געשניטן די שייטלען, און האט שוין אפגעקאסט קרוב צו צוואנציג טויזנט דאלער! און דער רב האט מחזק געווען די תקנה, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער חבורת קדושות יו''ט וואס דער רב האט מייסד געווען פאר די בחורי חמד, וואו הונדערטער בחורים האבן גענומען א עולם הבא מסכתא און קאכן זיך אין ספר סידורו של שבת און משנת ויואל משה, דער רב האט מעורר געווען די עלטערן מען זאל נישט אריינברענגען א קאלטקייט אין די בחורים ווי טראגן צו שפּילן וכדו', דער רב האט אויסגעפירט אז אויב יא זאל מען נישט קומען מיט טענות צו די מחנכים.., דער רב האט געזאגט אז אפילו די וואס פארן אין קאנטרי אויף יו"ט סוכות וואס איז פארשטענדליך צוליב מען האט נישט קיין געהעריגע סוכות, זאל עס נאכאלטס זיין א ווארעמע יו''ט, און זיך נישט צוזאמען זעצן נאכדעם קוקן א שפיל וואס איז פונקט ווי א טעאטער ר"ל, נאר מען זאל זעהן זיך צו האלטן דערהויבן און הייליג, דער רב האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט אז די היינטיגע וועלט איז אזוי איינגעפירט אז פילע גייען ארום הערן שיינע בעלי תפילות אין די הייליגע טעג, זאגנדיג, אז ביי אונז האט מען געוויסט אז מען גייט צו א ווארימע בעל תפילה! נישט קיין חזן וואס מאכט א גאנצע קאנצערט ביי בריך שמיה מיט א אפענע ארון קודש, דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
= רעוא דרעוין =
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו - ק"י, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: מוה"ר יוסף כהנא הי"ו, לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' אלחנן חיים הורוויץ שליט"א - מו"ץ, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' שמואל דייטש הי"ו.
נאך תפילת מנחה איז דער רב אריבער צו היכל תהילות יוסף און זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלו"ס תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'הלה' תגמלו זאת', און אנגעהויבן על דרך משל איבער א מלך וועלכע האט פארטריבן זיינע קינדער, און די צייט וואס די מלך פלעגט זיך מגלה זיין האבן זיי אויפגעהערט זען דעם מלך, האבן זיי אבער געזאגט אז אפילו הלא הוא אביך, הוא איז א לשון נסתר, האט דער רב אויסגעפירט אפילו אויב מיר שפירן נישט דעם אויבערשטן אין די הייליגע טעג עכ"ז שאל אביך ויגדך, אזוי האבן מיר מקובל און אזוי ווייסן מיר בבירור אז ער איז זיכער דא מיט אונז און ער הערט וואס מיר זענען מתפלל, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב איז אהיים לביתו.
ערש"ק ארום 7:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגאנגען הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' ישראל קנאפפלער הי"ו, דער רב האט נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט דערציילט מעשיות פון הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט בעצם יום הקדוש, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדרך דרוש ופלפול.
מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען בנו הר"ר אלעזר שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' לאנדאן, דערנאך האט דער רב דערציילט עבודות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זצ"ל וועמענס יארצייט איז געפאלן בעצם יום השבת, מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, אז ביום השביעי: מוה"ר געציל פרענקל הי"ו - לאנדאן, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד ארי' גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, כהן: הר"ר חיים ראובן שעהנברוין שליט"א, לוי: הרה"ח ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו - ק"י, שלשי: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' יואל יצחק שפיטצער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק באש הי"ו - לאנדאן, אחרון: הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א, מפטיר: הר"ר יודא בער טעללער הי"ו, הגבה: מוה"ר אהרן פראמאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו, צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:00.
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפלה: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:35 און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
🌴בצל מורינו🌴 = דאנערשטאג פרשת האזינו - שלש עשרה מידות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפלה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק', מען האט געענדיגט ארום 6:35 און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ברוב עם אין חדר זכרון זאב, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק קארפען הי"ו, מען האט געענדיגט תהילים ארום 12:20.
פאר קריאת הקרבנות האט דער רב געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.
ארום 1:05 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום וואסער אויף דיוויזשאן עוו. קארנער קענט עוו. צו אמירת תשליך ברוב עם, דער רב האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם בביהמ"ד הגדול.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט ווען הונדערטער אידן זענען אריין לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש, און דער רב האט געוואונטשן פאר יעדן באזונדער.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר דוד שפילמאן הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל.
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפלה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק, מען האט געענדיגט ארום 6:35 און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס ארום 8:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.