🌴בצל מורינו🌴 ערשטע בילדער: אמירת סליחות יום א' דסליחות בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט באשמורת הבוקר במעמד אלפי אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = זונטאג פרשת האזינו א' - א' סליחות =
אום 5:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות ברוב עם מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות, מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב ארויף בבית הרה"ח ר' יושע הערש פריעדמאן הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת די צדקה צוועק וואס טיילט אויס שטאפיר פאר חתנים וואס קומען פון ארה"ק, דער רב האט משמיע געווען דברי ברכה איבער די גרויסקייט פון אזא חשובע צדקה צוועק און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ארום 8:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר דוד ווייס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק', ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל הרב נפתלי שפירא שליט"א בן האדמו"ר מבלאזוב שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר, און דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון נכדת כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א, החתן בהר"ר שמואל קליין שליט"א בן הגה"צ דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א - אבד"ק טעטש ב"פ, חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א און די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און חשובע זיידעס שליט"א, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אויבנאן.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן איבערנאכט.
מארגן מאנטאג באשמורת הבוקר וועט דער רב אריינקומען צו אמירת סליחות ברוב עם בהיכל ישיבה קטנה סניף דרך התורה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה אום 5:45.
ארום 7:50 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יעקב יושע סאנדער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שלישי: מוה"ר יושע הערש פריינד הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' דוד יודא פארגעס הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב זלמן האללענדער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און אויסגעטייטשט עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות, דער רב האט ממשיך געווען בדברי התעוררות לקראס ימי הרחמים והסליחות איבער די ענינים פון תשובה, דער רב האט צווישן אנדערע געזאגט אז די שטן פרובירט יעדע חודש אלול צו פארדרייען די מוחות און מדארף זעהן צו האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ און בייקומען דעם שטן, דער רב האט אויך ארומגערעדט איבערן באזוך אין וואשינגטאן דעם וואך דורך רבינו שליט"א און נאך עטליכע גדולי אדמורי"ם וראשי ישיבות שליט"א וואו דער רב איז אויך אנוועזנד געווען, דער רב האט געזאגט מדארף דורכדעם זיך געבן א כאפ לפני מי אתה עומד און אונז האמיר די זכי' צו בעטן פונעם מלך מלכי המלכים אלעס וואס ליגט אויפן הארץ, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב עס זאל זיין תכלה שנה בקללותיה ותחל שנה וברכתיה בב"א.
ידיד נפש: הר"ר אתמר טוביה קויפמאן שליט"א - ק"י, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'. דער רב האט געזאגט די שבע ברכות פאר החתן ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו און פאר החתן ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד. ~🌴~
ערש"ק ארום 7:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגאנגען הר"ר יואל בערגער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע. מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, דער רב האט נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים און דער רב האט דערציילט עטליכע מנהגים וואס מען האט זיך געפירט בבית מדרשו של רבותיה"ק זי"ע, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק'שלום יהיה לי כי בשרירית ליבי אלך' און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו.
נאכ'ן בענטשן האט דער רב דערציילט עבודות וסיפורים פון הרה"ק ר' דוד מקשאנוב ז"ל און הגה"ק ר' נתן אדלער זצ"ל וועלכע די יארצייטן געפאלן דעם קומענדיגן וואך, מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל ר' מנשה ליפשיץ הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.
אז ביום השביעי: ר' יושע הירש הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח יעקב פעלדמאן הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', לוי: החתן ב"ר יצחק אפפעל הי"ו, שלשי: החתן ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו - מאנטריאל, רביעי: מוה"ר משה חיים וויידער הי"ו, חמישי: ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: ר' יושע הירש הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, הוספה: הב' הבר מצוה ב"ר דוד ווייס הי"ו, אחרון: ר' יהושע גליק הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אהרן רזיאל פריעדמאן הי"ו, צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: מוה"ר יצחק אפפעל הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב איז אריבער צו היכל מאיר זעליג וואו עס קומט פאר די קידושים פון אנ"ש.
דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו וועלכע ערהוילט זיך אין די יעצטיגע טעג נאך אן אפעראציע, דער רב האט שואל געווען בשלומו און אנגעוואונטשן א רפואה שלמה.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה לצעירים, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי די תלמידי הישיבה יעדער פריוואט און זיך געזעגנט נאכן מוצלחדיגן זמן אין ישיבה, און געהערט דברי הדרכה פון רב אויף קומענדיגן יאר ווי די בחורים גייען אריין אין ישיבה גדולה, און הדרכה לימי בין הזמנים, און דער רב האט יעדן געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יצחק אפפעל הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה חיים ווידער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.
נאך מנחה איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע ברך וויינער הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' יושע ברך הי"ו, דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם בפר תורה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים מעמד קבלת פנים בשמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, החתן בן לחתנו הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א צמהל מוסדותינו הק' ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר יואל משה טייטלבוים שליט"א - מאנטשעסטער, די חתונה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בית יצחק ספינקא, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און מחותנים און פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יחזקאל אביגדור קליין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ביים אנקומען אין קרית יואל האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו און מוה"ר גדלי' פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט., און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מנחם מנלי בראך הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו אין די זאל פון כינור דוד.
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י וואו דער רב וועט זיך אויפהאלטן איבערנאכט און מארגן דאנערשטאג זיך ארויסלאזן אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין עיר הבירה וואשינגטאן די סי. ווי געמאלדן.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שלמה גליק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעון עוזר ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט דער רב זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה פון נכד כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, החתן בן לחתנו הר"ר משה יהושע טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, עב"ג הכלה בת האדמו"ר מצאנז סטעטן איילענד שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת גאלדא.
דערנאך האט זיך דער רב צוריקגעקערט קיין וויליאמסבורג, דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אברהם שמואל קעפעטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף גאטטעהרער הי"ו אין די זאל פון אימפעריאל.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שלמה גליק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעון עוזר ווייס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אינדערפרי ארום 8:45 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול חדר ד', ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן עב"ג הכלה בת הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א אין די זאל פון קאנטינענטאל.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר דוד ארי' באש שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר אלעזר עוזיאל מייזעלס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אהרן דניאל מאלח ע"ה עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברמ"ד מאסרי הי"ו אין די זאל פון אימפעריאל, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל בר"א גוטמאן הי"ו - ב"פ, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אלי' פאוועל הי"ו און מוה"ר מנחם שלמה מענדלאוויטש הי"ו אין די זאל פון אפריון קראסנא, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים פנחס גאלדשטיין הי"ו און מוה"ר יונה ווייס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם יושע רעטעק הי"ו און מוה"ר יואל בר"מ פריינד הי"ו אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס, און דער רב האט געלייענט תנאים, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן עב"ג הכלה בת הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א אין די זאל פון קאנטינענטאל.
פארגאנגענעם פרייטאג ערש"ק פרשת כי תצא נאכמיטאג האט דער רב מנחם אבל געווען אין איחוד קאנטרי מוה''ר וואלף לאנדא הי''ו היושב ע"פ אביו הרה''ח ר' הערשל לאנדא ע''ה.
שב"ק פרשת כי תצא האט דער רב אפגעראכטן אויף א דערהויבענע פארנעם אין מחנה ישיבה לצעירים ווי יעדע וואך אין די ימי הקיץ, ביים סעודה שבת צופרי איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר די בחורים צו אנפרעגן שאלות ותשובת בכל תחומי החיים און דער רב האט פאר א לענגערע צייט אויסגעשמועסט און פארענטפערט פילע נושאים בעניני יהדות חסידות השקפה וכו'.
זונטאג פרשת כי תבא האט דער רב געדאווענט שחרית אין מחנה ישיבה לצעירים, ארום 1:00 האט דער רב פארגעלערנט די וועכנטליכע חזרה שיעור אין איחוד קאנטרי.
דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביים לוי' פון הילד בן מוה''ר חיים הערש שניטצער הי''ו וואו דער רב האט משמיע געווען דברי הספד, דערנאך איז דער רב צוריק געפארן צו מחנה ישיבה לצעירים.
אויפדערנאכט נאך תפילת מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך אנגעוואונטשן א גוטן חודש און זיך געזעגענט פון די תלמידים פארלאזנדיג דעם מחנה אויפן וועג לביתו אין קרית יואל.
מיטוואך כי תבא נאכמיטאג ארום 6:20 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ''ד אהל ישראל מאיר אין קרית יואל וואו דער רב האט אפגעראכטן א מסיבת התחזקות לקראת ימי הרחמים והרצון ולרגל סיום הזמן אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א, צוערשט האט דער רב געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דערנאך אום 6:40 איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים פאר א לענגערע צייט און דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רב משמיע געווען לענגערע דברי הכנה והתעוררת לקראת די ימי הרחמים והרצון און מאריך געווען בדברי הדרכה לימי בין הזמנים, דערביי האט דער רב מעורר געווען די בחורים צו לערנען ספה"ק תפארת שלמה אלס הכנה צו די ימים נוראים כפקודות הקודש פון מרן רבינו שליט''א, און דער רב האט מסיים בברכות לרוב, מ'האט געענדיגט אום 7:20.
אויפדערנאכט איז דער רב אהיימגעפארן לביתו אין וויליאמסבורג נאכן וויילן משך די זוממער חדשים אין קרית יואל.
דאנערשטאג כי תבא נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מנחם אבל געווען האדמורי"ם והרבנים מצאנז שליט"א היושב ע"פ אביהם/ אחיהם הרה"צ ר' ברוך האלבערשטאם זצ"ל - אדמו"ר מצאנז ב"פ אין ביהמ"ד צאנז אין בארא פארק.
פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל מאיר טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון גינת אסתר.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט קיין שיכון סקווירא וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות פון אור אייניקל פון דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אייניקל פון חתנו האדמו"ר מזוועהיל ארה"ב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול שיכון סקווירא.
פון דארט איז דער רב געפארן קיין קרית יואל, ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר חיים הערש סעגעדין הי"ו אין די זאל פון המספיק, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י. ~🌴~
פארגאנגענעם מיטוואך כי תצא יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט לרגל ההילולא.
און די פארמיטאג שעה'ן האט דער רב געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, וואו מען האט געזינגען עטליכע ניגונים התעוררות און דער רב האט משמיע געווען א דרשה במשנתו פונעם בעל ההילולא באגלייט מיט עטליכע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא, נאכן לחיים האט דער רב פארגעלערנט די טעגליכע סוגיא שיעור פאר די תלמידי שיעור ג'.
פארנאכטס ארום 6:15 איז דער רב אנגעקומען אין קרית סקווירא - בעטהעל ניו יארק וואו עס איז פארגעקומען די סעודת הילולא אינאיינעם מיט די אריבער פיר הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס - חברי חבורת קדושת יו"ט.
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען חלה און פיש און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן לחיים זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה און דערנאך ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גדלות פונעם בעל הילולא, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען און אויסגעשמועסט די השתלשלות פונעם חבורה ארויסברענגנדיג אז מען האט נישט געגלייבט ווי ווייט מ'גייט אנקומען ממדרגה למדרגה לטב און וואו מ'זעהט אן אזא שטארקע שינוי לטובה אויף די בחורים, בפרט די וואס לערנען ספה"ק סידורי של שבת וואו זייער גאנצע שבת האט זיך געטוישט לטובה, אזוי אויך די בחורים וואס לערנען ויואל משה וואו זיי ווערן אויסגעבויט מיט די קלארע שיטה פון רביה"ק זי"ע, באזונדער האט דער רב ארומגערעדט מיט א קור רוח איבער דעם וואס א גרויס חלק פון די בחורים האבן גענומען אן עולם הבא מסכתא ללמוד וללמד.
דער רב האט ממשיך געווען און מודיע געווען דעם בשורה מרנונה אז ס'וועט פארקומען א יום שכלו תורה במשך די ימי עשרת ימי תשובה הבעל"ט, דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט די יסודות פונעם חבורה וואו מען לייגט זיך אריין צו מאכן א הכנה דרבה צו א שבת קודש און בפרט יעצט ווען מען גרייט זיך לימי הרחמים והסליחות, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז עס איז נישט מעגליך פאר א תלמיד החבורה צו זאגן שפעט סליחות!
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט מיט השתוקקות צום בעל ההילולא און געזאגט אז מען פלעגט אסאך פארן צום ציון און עס איז נישט לייכט צו פראווען די יארצייט פון דערווייטנס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט די ירושה לדורות וואס די בעל ההילולא האט איבערגעלאזט ביז צום היינטיגן טאג, דערנאך האט דער רב באדאנקט דודו כ''ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט בחפץ לב אוועקגעגעבן דעם ביהמ"ד צו קענען פראווענען די יארצייט און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רב האט פארגעזינגען מכתם לדוד און דערנאך געבענטשט על הכוס.
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם עזרת נשים, פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט.
מען האט געענדיגט ארום 8:15 און דער רב האט פארלאזט קרית סקווירא אויפן וועג צו ישיבה קטנה סניף שביל התורה וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב.
במשך פארגאנגענע וואך פרשת כי תצא איז דער רב אריבער יעדן טאג אין די פארמיטאג שעות צו ישיבה קטנה סניף שביל התורה וואו דער רב האט פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור סוגיא אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורים, און נאכן שיעור האט זיך דער רב מפלפל געווען מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת הילולא לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט נעכטן מיטוואך פארנאכטס בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית סקווירא בעטהעל. ~🌴~
🎧
דרשת הגה"צ אב"ד ור"מ אצל סעודת הילולא בעל ייטב לב ו' אלול תשפ"ו…הערט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת הילולא לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות דמוסדתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט נעכטן מיטוואך פארנאכטס בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית סקווירא בעטהעל. ~🌴~
פארגאנגענעם מאנטאג אין די נאכמיטאג שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען צו מחנה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומ"ס בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א וואו עס איז פארגעקומען א מעמד חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרבני הנגיד ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט בנו הגה"צ דער רב שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דערנאך איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה, דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און דערנאך מכבד געווען דעם רב צו גיסן, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ועשית מעקה לגגך און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ, די סיבה פארוואס מען גייט אין קעמפ איז וויבאלד אין שטאט איז גאר שווער נזהר צו זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים שטארק נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים וועלכע האבן מנדב געווען די נייע בנינים אז די בחורים זאלן קענען עוסק זיין בתורה אין די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, פאר די הנהלת הישיבה, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די חשוב'ע נדבנים.
פון דארט איז דער רב אריבער צו מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס וואו עס איז פארגעקומען א מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורכן מנהל הישיבה הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א, דער רב האט געמאכט א לחיים און מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, דערנאך איז דער רב געגאנגען הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה, מען האט גולל געווען דעם ספר און דער רב האט געוואונטשן ברכות לרוב פאר הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א ובני משפחתו און אלע רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רב אהיימגעפארן לביתו בק"י המורחבת.
דינסטאג אויפדערנאכט האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מנחם אבל געווען משפחת לאנדא שיחיו ע"פ אחיהם הרה"ח ר' הערשל לאנדא ע"ה אין קרית יואל. ~🌴~
היינט זונטאג כי תצא אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה לצעירים, נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר כנהוג אין חודש אלול.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא, ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אין חדר בית מרדכי בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג
דערנאך איז דער רב געפארן קיין וואודרידזש וואו דער ר ב האט מנחם אבל געווען ביי האדמורי"ם והרבנים שליט"א קינדער און ברודער פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס מיט חותנו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף רחובות שליט"א און די אבלים בהלכות אבילות, און דער רב האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
פארנאכטס האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי, וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יצחק אייזיק הירש הי"ו - וומ"ס עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יעקב יצחק אבערלענדער הי"ו אין די זאלן פון תפארת עלקא.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול מאנסי, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו בשכינות פון ישיבה. ~🌴~