ארום 1:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט אויסגעטייטשט דאס וואס מיר זאגן ביי היום הרת עולם, אז באמת איז דאך אוממעגליך אז איד זאל זינדיגן, ס'איז נישט בדרך הטבע אז א קינד זאל דאס קענען טון פאר זיין ליבליכער טאטע וועלכע טוט אים אזויפיל גוטס, און אן עבד וועלכע איז תלוי אין זיין האר וועט דאס אויך קיינמאל נישט טון, אלא מאי אז דער אויבערשטער האט דאס כביכול אליינס גורם געווען מיטן באשאפן א יצר הרע וועלכע קען מאכן א איד חוטא זיין כאטש וואס ס'איז נישט מעגליך בדרך הטבע,
דער רב האט געזאגט אז דאס מיינט ה' יראה, דער אויבערשטער זאל זען און באטראכטן אז דאס מיר זינדיגן איז תלוי בהר ה', אזויווי די גמ' זאגט אז דער יצר הרע װערט אנגערופן הר, דער אויבערשטער זאל זען אז מיר פון אונזער זייט וואלטן נישט חוטא געווען, דאס קומט נאר מכח די יצר הרע וואס ער האט באשאפן,
דער רב האט דערציילט אז ס'איז אים לעצטנס אויסגעקומען מחזק צו זיין א מאמע וועלכע איר קינד איז נעבעך דורך א דורכגעגאנג בבריאת הנפש, און די מאמע האט געוויינט אז ביז נעכטן איז די קינד געווען א געהעריגע בחור, וואס האט פלוצלינג פאסירט, דאן האט דער רב אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין איבער די פילצאליגע צובראכענע הערצער המצפים לישועה, אויסשרייענדיג אז דאס איז נאר איין מאמע פון איין קינד!
רחל אמנו איז די מאמע פון גאנץ כלל ישראל! פארוואס פארפירט זי נישט, אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט אין ארץ ישראל, צוויי טויזנט יאר, א שיינע טרייסט פאר א מאמע...,
דער רב האט געזאגט אז יעצט איז די מלך אין שטאט, הושענא רבה דערמאנט מען זיך אז ער גייט שוין אוועק, יעצט איז ער דא און יעדער קען גיין זאגן וואס ער דארף פונעם מלך!
דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, עס זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו ביז מען וועט שוין בקרוב זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער,
דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר און ברכת שהחיינו באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף אום 2:15 און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה וואו דער רב האט פארגעדאווענט בהתעורורות רב וברגש קודש וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
מיטן אונטערהאלטן דעם רב ביי כורעים זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש און הרה"ח ר' משה גדלי' פאלאטשעק הי"ו,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' משה יודא שטרויס הי"ו, הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
אום 7:35 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף צו תפלת מנחה,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יצחק טובי' פריעדמאן הי"ו.
נאך מנחה איז דער רב אריינגעקומען צו נעילת ימי ראש השנה אין היכל תהילות יוסף,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור א גוט געבענטשט יאר,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון תקיעת שופר, אז אפילו א איד וואס האט נעבעך פארלוירן זיין צלם אלקים פון זיינע חטאים װערן זיינע תפילות נתקבל מכח די שופר, אבער שבת באקומט יעדע איד צוריק זיין צלם אלקים ממילא פעלט נישט אויס צו בלאזן שופר.
דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב, אז ווען מ'גייט ארויס פון אזא יום טוב איז זיכער אז דער אויבערשטער האט ממלא געווען אונזערע בקשות, און מיר זענען מתפלל אז ס'זאל נישט זיין אין קיין קליינע כלי, נאר במדה טובה ישועה ורחמים.
מהאט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפלה: הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א,
מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
= יה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון =
~🌴~

👁 126