🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ שבט תשפ״ה · Feb 3, 2025 · 1:49 AM
#675
= רעווא דרעווין =

ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הישיבה סניף ויואל משה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הב' שמואל ברש"י שטיינמעץ ני"ו - וומ"ס.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ,
לוי: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר יואל הערש ליכטנשטיין הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן מיט די זמירות של"ס,
דער רב האט ממשיך געווען פאר עטליכע שעה מיט פילע ניגוני התעוררות אריינברענגענדיג דעם גאנצן ציבור אין א העכערן אטמאספער.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און בקול זעקה מיט בכיות עצומות האט דער רב מעורר געווען די לבבות פון אלע הונדערטער באטייליגטע, דער רב האט ארויסגעברענגט אז פון יעדע מחשבה פון א איד װערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים אויספירן דעם מחשבה, און אויב מ'האט חלילה א מחשבה פון אן עבירה, טרייבט דער מלאך אויסצופירן די עבירה, מ'ווערט פארכאפט אין די הענט פון די מלאכים און דעמאלטס איז שוין זייער ביטער,
אבער דער רבי ר' זושא זאגט דאך אז ער האט נאכנישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה פון א איד, משא"כ ביי א גוי איז זייער רעה יא גאנץ,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער איינציגסטער וועג זיך ארויסצוזעהן פון די מלאכים איז זיך אויסצווויינען פאר'ן אויבערשטן, אויסגיסן דאס הארץ בדמעות שליש, אז מ'זאל זוכה זיין צו תשובה, און דער ישמח משה זאגט אז אויב מ'טוט תשובה מאהבה, ווערן די מלאכים איבערגעדרייט צו מליצי יושר.

דער רב האט ארומגערעדט פון די גמ' און זוהר הק' אז ס'איז דא עבירות וואס העלפט נישט קיין תשובה, דער מענטש ווערט ממש אויסגעלאשן, ער פילט נישט גארנישט, ס'איז נעשה לו כהיתר, און ארויסגעברענגט אז פרעה האט נישט פארשטאנען די כח התשובה פון א איד, אז אפילו אין אזא מצב קען א איד זיך ארויסדרייען און תשובה טוהן, און אין די וואכן איז עס טאקע גרינגער,
דאס אז מ'לעבט נאך, מיינט אז ס'איז נאך דא א געלעגנהייט, מ'קען נאך תשובה טוהן, און אז א איד וויל תשובה טוהן באמת, וועט דער אויבערשטער אים צוהעלפן, הבא ליטהר מסייעין אותו.

די גאנצע ענין וואס די אידן אין מצרים זענען אריינגעפאלן אין עבירות איז ווייל פרעה האט זיי געהייסן ארומגיין זוכן תבן, און זיי זענען נכשל געווארן אין שמירת עינים, דאס איז געווען די מידה כנגד מידה די מכה פון ארבה און חושך אז די מצריים זאלן נישט זעהן גארנישט.

דער רב האט מעורר געווען אז מ'דארף זיך האלטן גאר שטארק מיט די אמונה, אפילו יעצט בעיקבתא דמשיחא ווען ס'איז דא א גרויסע הסתרת פנים, הסתר בתוך הסתר, אבער אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט אז דער אויבערשטער איז אייביג דא מיט אונז.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מסירות נפש, אז אפילו ווען מ'האט שוין פארלוירן דעם כח התפילה, אבער אויב מ'האט אינזין זיך צו לאזן הרג'ענען פאר'ן אויבערשטן, מ'איז מקבל ביי קריאת שמע די ד' מיתות בית דין, מיט דעם האבן מיר א כח מתפלל צו זיין פאר'ן אויבערשטן, דאס עפענט אויף אלע טויערן.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט נאך דריי וואכן אין די ימי השובבי"ם, מ'קען נאך אזויפיל אויפטוהן, מ'דארף איינרייסן, בעטן דעם אויבערשטן יעצט פיל איך נאך עפעס, קען זיין אז אמאל וועל איך שוין נישט פילן, אבער באמת וויל איך נישט ווערן אריינגעשלעפט, כ'בעהט דיר היט מיר אפ, היט מיר פון שלעכטע חברים, היט מיר פונעם יצר הרע.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א ריכטיגע תשובה, און מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו בב"א.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 8:55, און דער ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 82