🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ שבט תשפ״ה · Feb 3, 2025 · 1:48 AM
#673
דרוש - די מדרש זאגט 'מכאן ששואלין ודורשין בהלכות החג ל' יום', דער רב האט ארויסגעברענגט וויאזוי מ'לערנט עס ארויס פון דעם פסוק בדרך דרוש אין די סוגיא פון 'עשה דוחה לא תעשה'.
סוד - ביים דאווענען דארף מען אינזין האבן דעם שם ע"ד וואס איז די המתקה פון שם אלוקים צוזאמען מיט די שם הוי"ה וואס איז רחמים, וואס צוזאמען קומט דאס אויס הונדערט, 'מה העבודה' עבודה שבלב זו תפילה, 'זבח פסח' צושניידן פס"ח וואס דאס קומט אויס ע"ד, 'הוא לש"ם' צוזאמען מיט די שם הוי"ה.
חסידות - דער רבי ר' זושא האט געזאגט אז ווען ס'וואלט געווען א מצוה זיך צו האלטן גרויס, וואלט ער עס נישט געקענט מקיים זיין, 'מ"ה העבודה הזאת לכם', פארוואס איז ענוה אן עבודה, ווייל 'זבח פסח' מ'האלט נאך א מצוה פון שחט'ן דעם קרבן פסח, און ביי א מצוה דארף זיין 'ויגבה לבו בדרכי השם', ממילא דארף מען אן עבודה צוריק זיך צו האלטן בענוה.
חסידות אופן ב' - 'מה העבודה' פארוואס פעלט אויס צו דאווענען, דער באשעפער ווייסט ממילא וואס יעדע מענטש טראכט אין הארץ, 'פה סח' דער באשעפער וויל און הייסט אז מ'זאל רעדן צו אים.

מ'האט געזינגען ניגוני שב"ק, מ'האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט אנגעהויבן קה אכסוף,
דערנאך האט דער רב עטליכע מאל פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' זושא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג פרשת בא - ב' שבט, און אזוי אויך סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת בשלח - ו' שבט, וועם אינצווישן האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו,
מ'האט אויפגעגעבן פירות, און די חתנים זענען אריבער נעמען א פרי.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שמחת השלום זכר בהולדת הבן אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, דער רב האט טועם געווען און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רב האט מכבד געווען הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א צו אנהייבן אודה לקל, מ'האט געזינגען צור משלו,
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל בישיבתינו הק',
מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין באגלייטונג פון הונדערטער בחורי חמד, בעלי בתים ואברכים, ווען דערביי נוצט מען אויס די געלעגנהייט צו פרעגן שאלות בכל תחומי החיים ובענינים העומדים על הפרק.
👁 78