ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ב' ע"ב - ג' ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן רבינו תם אין חדר ב'.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב איז דער רב אהיים לביתו וואו ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון של נכדו הכלה בת חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב, עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממצוייני תלמידי ישיבתינו הק' קרית יואל, בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - אב"ד שערי תפילה ק"י, בן הגה"צ יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אב"ד קארלסבורג מאנטריאל וחתן הגה"צ ר' יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא מאנסי, חתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"מ גלאנצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ח שפיטצער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, דערנאך האט דער רב האט געליינט תנאים ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב יחזקאל שרגא בהר"ר ברוך בערגער הי"ו און מוה"ר אהרן עקשטיין הי"ו אין די זאל פון אולם פרענקל.
ביי די ריקודין לכבוד השמחה, ווערט געזעהן ש"ב הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען באשיינען ביים שמחה
🌴בצל מורינו🌴 שמחת קישור החיתון של נכד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בת חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב, עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממצוייני תלמידי ישיבתינו הק', בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - אבד"ק שערי תפילה ק"י, בן הגה"צ יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אב"ד קארלסבורג מאנטריאל וחתן הגה"צ ר' יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא מאנסי, חתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ב' ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אויפדערנאכט ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה.
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יושע גליק שליט"א - משב"ק כ"ק האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, עב"ג הכלה בת מוה"ר אלימלך ברמ"י טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון פרדס צבי, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"א גרינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יחזקאל שווימער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל, ביים בר מצוה פון הבחור בן הר"ר קלמן יואל סופר שליט"א, בן הגה"צ ר' פייבול שליט"א - אבד"ק בוענאס איירעס ארגענטינע, וחתן הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ דקהילתינו הק', אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברי"א וויזעל הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק' ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר ראובן גלאנץ הי"ו - מגדולי עסקני קהילתינו הק', אין די זאל פון כינור דוד, ביים טאנצן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן דער אבי הכלה ר' ראובן, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברמ"י מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א אן די זאל פון בית רחל פאראדייס, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב רייך הי"ו עב"ג הכלה בת הרבני הנגיד מאיר יעקב אינדיג הי"ו - חבר הנהלת קהילתינו הק', אין די זאל פון גינת קליין, ביים טאנצן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן מחותן דער אבי הכלה ר' מאיר יעקב.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג, ביים אנקומען האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פאר החתן בן מוה"ר יהוסף לאקס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה יושע שפילמאן הי"ו.
🌴בצל מורינו🌴 שידוך שליסן פון עלטסטן אור אייניקל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און עלטסטן אייניקל פון כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בבית הגה"צ הרב שליט"א. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = קול רנה וישועה באהלי צדיקים - סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל =
ברגשי גיל וחדוה און גרויס עקסטאז נעמען רבבות אלפי אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר אויף די בשורה טובה ומרנינה בשמחת קישור החיתון למז"ט פונעם עלטסטן און דאפלטן אור אור אייניקל - דור החמישי פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, עלטסטע אור אייניקל ביי בנו הגדול וממלא מקומו ממשיך דרכו עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און עלטסטע אור אייניקל ביי מחותנו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, און עלטסטע אייניקל ביי כבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א
הכלה בתו הבכורה של הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב, עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממצוייני תלמידי ישיבתינו הק' קרית יואל, בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - אבד"ק שערי תפילה קרית יואל, בן הגה"צ יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אב"ד קארלסבורג מאנטריאל חתן הגה"צ ר' יושע וואגשאל שליט"א - אב"ד יאסלא מאנסי, חתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל
= גזע הקדוש "עצי התמרים" חגרו חג - בית צדיקים יעמוד = די געפילן רוישן און די יום טוב'דיגע שטימונג נעמט ארום אנשי שלומינו מיט'ן היסטארישע שידוך שליסן ווען עס ווערט צוגעטשעפעט נאך א רינגעלע אינעם הייליגן גאלדענעם קייט פונעם "גזע הקודש עצי התמרים"
= העשירי יהיה קודש - כל בי עשרה שכינתא שריא = בשמחה עילאה פרייען זיך מיט משמי מעל די גאנצע הייליגע גזע אראלים ותרשישים 'עצי התמרים' ווען דער צענטער דור פון רביה"ק בעל ישמח משה זי"ע גייט אריין בקשרי האירוסין
= צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה = בחרדת קודש וביראת הכבוד טוען אנשי שלומינו זקנים עם נערים די בכל אתר ואתר וואונטשן א ברכה אל מול פני מלכא קדישא דעם גרויסן עלטער זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אז דער רבי זאל שטענדיג זעהן תענוג ונחת מכל יוצאי חלציו און קענען ווייטער פירן די קהילה על מי מנוחות בדרך ישראל סבא ביז משיח'ס טאג, און די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם, און א ברכה אל מול הגה"צ דער רב שליט"א אז דער רב זאל זעהן אסאך תענוג ונחת עד בלי די און ווייטער קענען שטיין נאך לאנגע געזונטע יארן לימין אביו הגדול ארויסצוהעלפן די עבודת הקודש, און ווייטער קענען משפיע זיין מהודו פאר די תלמידים ושומעי לקחו עד זקנה ושיבה
= בגלל אבות תושיע בנים ותביא גאולה לבני בניהם = ויהי רצון אז די זכות אבות זאל משפיע זיין אז ס'זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, די הייליגע זיידעס זאלן זיך מיען, עדי נזכה לביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו בב"א
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים 'סיום מסכת גיטין והתחלת מסכת קידושין' אין ראם פון 'חבורת יסודי התורה' דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת אין די זאל פון אימפעריעל אין ווילאמסבורג. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ט ע"ב - צ' ע"ב, און מסיים געווען מסכת גיטין, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א חתן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג בן כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א וחתן הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א.
דער רב האט געצינדן פינעף ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל יומדה"ק של זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, קוואטיר: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', הבא אל הכסא: הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מ'ווייטצען, הבא מן הכסא: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, על יד הסנדק: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, מוהל: דער אבי הבן הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, עומד על גביו: הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק', בן כ''ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, הבא מן הסנדק: הרה''ג דומ"ץ קארלסבורג שליט"א, על יד הסנדק שני: הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכות וקריאת השם: כ"ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'נחמן', נאך די זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב זצ"ל, נאכ'ן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן אבי האבן און פאר די חשוב'ע זיידעס.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, מיט'ן פיוט יום ליבשה איז מכובד געווארן הר"ר יואל רובינשטיין שליט"א, מכתם לדוד: הרה"ח ר' יודל בערקאוויטש הי"ו, למנצח על השמינית: הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ט ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:45.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.
ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף מבצר התורה בהנהלת הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א, ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון לויבן און דאנקן דעם אויבערשטן, און ארויסגעברענגט אז א איד דארף זאגן שירה אין יעדן מצב וואס ער געפונט זיך, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בעניני תפילה, צווישן אנדערע איבער די ענין פון זיך שטעלן דאווענען בזמן המיוחד און צוזאמען מיט'ן ציבור, דער רב האט מעורר געווען צו דאווענען אויפ'ן קול, און נאכגעזאגט דעם ישמח משה אויפ'ן פסוק 'תהלת ה' ידבר פי' אז בעצם האט נישט אויסגעפעלט צו זאגן די ווערטער בשעת'ן דאווענען ווייל דער אויבערשטער איז דאך א יודע מחשבות, די סיבה פארוואס מ'דארף דאווענען אויפ'ן קול איז נאר כדי אנדערע ארומיגע אידן זאלן נתעורר ווערן דורכדעם, און דער רב האט עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק די וואך אין די פרשה 'ויאמרו לאמר', אז מ'זאגט די ווערטער כדי אנדערע אידן זאלן נתעורר ווערן און אויך זאגן.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל זוכה זיין צו ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך באהבה, מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יהוסף לאקס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה יושע שפילמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו, בן הנולד אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, וואס איז פארגעקומען ביחד עם סעודת הילולא לרגל יודה"ק זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט חותנו כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א, מיט די זיידע האדמו"ר מקארלסבורג שליט"א, און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן.
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער דברי תורה און סיפורי צדיקים פונעם בעל ההילולא, און איבער פארשידענע מנהגי וואכנאכט ועוד, עס האט אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א לכבוד השמחה, און פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא, דער רב האט געבענטשט על הכוס, דערנאך האט דער גאנצער ציבור געליינט קריאת שמע, מ'האט געענדיגט ארום 10:45.
נאכ'ן וואכנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יהוסף לאקס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה יושע שפילמאן הי"ו אין זאל פון גינת אסתר.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת ברית פון נכדו בן הנולד אצל בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין ווילאמסבורג. ~🌴~
ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף פ"ז ע"ב - פ"ט ע"א.
נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ארום 1:30 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 9:30 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו, די שמחת החתונה פון החתן בן הר"ר שמואל דוד אונגאר שליט"א בן הגה"צ אב"ד נייטרא ב"פ שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים אין די זאל פון גינת אסתר, און דערנאך ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יודא לייב ברי"ה ווייס הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית זקינו.