🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת בא תשפ"ה - שבת התאחדות בהיכל המתיבתא אין קרית יואל יצ"ו בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א =
ערש"ק פאר'ן זמן הדלקת הנרות האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן שמחה ב"ר יואל הערש ליכטענשטיין ני"ו.
ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רב אנגעקומען אין בנין הישיבה סניף דברי יואל וואו דער רב האט עוסק געווען בתורה בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום דאווענען וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' משה ני"ו, בן הר"ר אלעזר מערמעלשטיין שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בקול חוצב להבות אש כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, די תלמידי הישיבה האבן דערביי אפגעגעבן א מזל טוב פאר'ן רב שליט"א לרגל די שמחה השרוי במעונו,
מ'האט געענדיגט ארום 7:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 7:35 איז דער רב אנגעקומען צום בנין הישיבה סניף ויואל משה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט מעריך געווען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין במשך די קומענדיגע פיר אהאלב שעה אינאיינעם מיט די אריבער טויזנט בחורים תלמידי הישיבה, דער רב האט אנגעפירט מיט די ניגונים לבית סיגוט-סאטמאר מיט א התלהבות אש קודש אריינגעבנדיג א נעימות'דיגער טעם אינעם שבת, אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה און סיפורים ועובדות פון רבותינו הקדושים.
ביים אנקומען אויפ'ן פלאץ האט דער רב צוערשט אנגעהויבן מיט'ן באקאנטן ניגון 'גוט שבת', דערנאך האט דער רב אנגעהויבן שלום עליכם און מען האט געזינגען ווייטער די זמירות,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
דער רב האט זיך געוואשן, מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדברי מוסר והתחזקות, דער רב האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון מאכן א הכנה למצוה און נישט אריינפאלן אין א מצוה, און ארויסגעברענגט אז די עיקר וועג פון הכנה לתפילה איז דורך תורה אדער דורך צדקה,
דערביי האט דער רב דערמאנט די באזוך אין ישיבה דאנערשטאג פארטאגס און ארויסגעברענגט דעם גרויסן קורת רוח וואס מ'האט געהאט זעענדיג ווי די תלמידי הישיבה זיצן און הארעווען און זענען זיך ממית באהלה של תורה, דער רב האט מעורר געווען אז די בחורים וואס זענען נישט געווען צווישן די וואס זענען געזעצן אין ביהמ"ד און געלערנט, זאלן זיך אויך צופלייסן און אויפשטיין פארטאגס,
און פארלאנגט אז אפילו עס איז אן ענין צו גיין נאך געלט, זאל מען זעהן אז נישט אסאך בחורים זאלן גיין אויפאיינמאל, מ'זאל עס צוטיילן אין עטליכע טעג, כדי די סדר הישיבה זאל נישט שוואך ווערן,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די באדייט פון א חסיד'ישע בחור, און ארויסגעברענגט גאר וויכטיגע נקודות אויף למעשה, און צוגעענדיגט אז מ'דארף וויסן וואו מ'באלאנגט, און זעהן זיך אוועקצושטעלן און זיך אויפצובויען.
די זמירות האט דער רב אליינס אנגעהויבן בהתלהבות אש מיטשלעפנדיג דער גאנצער ציבור אינעם ווארימען שבת'דיגער אטמאספער.
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער בעה"ב ואברכים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע סעודה בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, מתובל מיט
דברי תורה, מוסר והדרכה, התעוררות והתחזקות.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, מ'האט געזינגען כל מקדש, דער רב האט געמאכט א לחיים, מ'האט געזינגען מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם, ואמרתם זבח פסח הוא לשם',
פשט אין פלפול - דער רב האט פארענטפערט על דרך הפשט די קשיא וואס אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי המתיבתא איידער'ן זיך ארויסלאזן אויף מנוחת הנפש, געבויעט אויפ'ן יסוד פונעם קול ארי' און דעם ברוך טעם אז 'אין שליחות לחצאין'.
רמז - 'מה העבודה וגו', הו"א לשם', די עבודה פון א איד איז צוריקצוברענגן דעם הו"א וואס פעלט פונעם שם הוי"ה און פונעם כס"א אזויווי ס'שטייט אין פסוק 'כי יד על כ"ס י"ה', און אזויווי די מהרש"א טייטשט אויפ'ן פסוק 'או"ה למושב לו'.

👁 91