🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ה׳ שבט תשפ״ה · Feb 3, 2025 · 1:48 AM
#674
= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הישיבה סניף דברי יואל צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הב' ירוחם ברי"ל יאקאב ני"ו - י"ם,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט התעוררות רב,
דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו,
פסוקי שמע ישראל: הב' יואל הורוויץ ני"ו,
בעל קורא: הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג,
כהן: הב' חיים ארי' ני"ו בן הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א - וומ"ס,
לוי: הב' אלי' בר"י טירנויער ני"ו - וומ"ס,
שלישי: הר"ר נתן דוב שווארץ שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
רביעי: הב' יואל טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א,
חמישי: הב' יצחק אייזיק טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר אלע אייניקלעך פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
שביעי: הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו,
הוספה: הב' יואל ני"ו בן הגה"צ ר' אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו 18'טע עוו. ב"פ,
אחרון: הב' צבי ני"ו בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א,
מפטיר: הב' יואל דושינסקיא ני"ו,
הגבה: הב' נחמן ב"ר אלעזר אונגאר ני"ו - נכד אדמו"ר מ'דאמבראווע שליט"א,
גלילה: הב' שלום גראסבערג ני"ו - מאנסי,
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הב' יעקב צבי הערשקאוויטש ני"ו,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.

נאכ'ן דאווענען האט דער רב אריבערשפאצירט קיין שכונת ויואל משה אין באגלייטונג פון פילע בחורי חמד וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אין אזא לאנגע וועג צו פרעגן שאלות בכל תחומי החיים ובענינים העומדים על הפרק, אזוי אויך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס וואו מ'האט ארומגערעדט דברי תורה און סיפורי צדיקים,
במשך די וועג זענען הונדערטער תושבי העיר צוגעקומען צום רב שליט"א געבן שלום, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד דברי שמחה ציעשנוב, הרה"ג ר' שלום ראטענבערג שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה, און נאך.

נאך ארום א האלבע שעה איז דער רב אנגעקומען צום ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה.

דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבנו הנולד לו למז"ט,
דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם,
נאכ'ן ברית איז פארגעקומען א קידושא רבא, דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה, און באזונדער פאר די זיידע הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס,
דערנאך האט דער רב צוריקשפאצירט לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק אויף א פריוואטע פארנעם.
👁 83