🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א אדר תשפ״ה · Mar 21, 2025 · 10:00 AM
#1087
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך גיסו חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום ביהמ"ד אבני צדק אין ק"י פארגאנגענעם זונטאג פרשת ויקהל יום שושן פורים המשולש.
~🌴~
👁 194
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ׳ אדר תשפ״ה · Mar 20, 2025 · 5:52 AM
#1085
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ז ע"ב - י"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר א'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שאול פריעדמאן הי"ו און מוה"ר נחמי' שלמה ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר צבי, דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברא"ש פוקס הי"ו און מוה"ר יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 171
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אדר תשפ״ה · Mar 19, 2025 · 5:00 PM
#1071
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ז ע"א וע''ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:20 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו היושבים ע"פ האה"ח אשת הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו,
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת מאטצען היושבים ע"פ האה"ח אשת הר"ר יצחק מאטצען שליט"א.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר א'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל קאהן הי"ו און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 205
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ח אדר תשפ״ה · Mar 18, 2025 · 2:24 PM
#1070
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט"ז ע"ב - י"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

פארנאכטס האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צום שמחת הבר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק,
דער רב איז אנגעקומען ארום 8:30 בשעת אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט באשיינט דעם שמחה, דער רב האט זיך ווארעם באגריסט מיט רבינו שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט רבינו שליט"א און די אנוועזנדע בעניני פורים,
רבינו שליט"א האט פארלאזט דעם שמחה ארום 8:50, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, פאר ר' חיים שלמה הי"ו און פאר די זיידע, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל משה פישביין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברי"צ ראטטענבערג הי"ו און מוה"ר יואל משולם זושא בוקסבוים הי"ו אין די זאל פון אהל לאה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ח אדר תשפ״ה · Mar 18, 2025 · 12:38 PM
#1068
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט פארמיטאג אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו ובניו און הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו היושבים ע"פ בתו /אחותיהם / אשתו ע"ה.
~🌴~
👁 171
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ח אדר תשפ״ה · Mar 18, 2025 · 1:17 AM
#1067
🌴 בצל מורינו🌴
הגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א ביים שמחת הבר מצוה פון בן המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בביתו אין ק''י.
     ~🌴~
👁 183
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 6:07 PM
#1066
ארום 5:45 איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין באגלייטונג פון א חשוב'ע דעלעגאציע פון די רבני קהילתינו הק' הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, און די ראשי הקהילה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק, אויסצודריקן הכרת הטוב פאר וויזניצ'ע רבי און זיך באדאנקן פאר די דרייסטע שריט פון זיך ארויסציען פון דעם געפלאנטן וויזניצ'ע ישוב אין קרית יואל בבקשת מרן רבינו שליט"א.

עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער מנהגי שושן פורים און פורים המשולש און נאך,
דער רב האט געזאגט פאר'ן וויזניצ'ער רבי'ן, איך קום בשליחות פונעם טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב,
דערויף האט דער וויזניצער רבי ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געווען קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל ובפרט יעצט ווען מ'שטייט שוין ממש ביים גמר הדבר,
ובכלליות איז געווען שווער דאס אוועקגיין וויבאלד דער געגנט איז ספעציעל געאייגענט און גוט אויסגעשטעלט מיט אלע מעלות, ס'וועט לעזן די מאנגל פון דירות דאהי, דער ציבור דארף דאך האבן וואו צו וואוינען, און אויך איז נישט דא דעם פראבלעם פון שמירת עינים וואס איז דא אין שטאט, אבער אויסגעפירט אז לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען זיכער בקרוב טרעפן א בעסערע פלאץ, צולייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים ז"ל האט געזאגט אז ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס, ווען ס'איז איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט און אין זיין מקום.

דער וויזניצ'ער רבי האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און געבעטן איבערצוגעבן א פריסת שלום פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך ארויסבאגלייט דעם רב און די חשוב'ע דעלעגאציע.

פון דארט איז דער רב אריבער לבית מדרשינו לב אהרן צום הכנס"ת נדבת משפחת הרה"ח ר' יעקב יוחנן קליין ע"ה,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר חיים צבי,
דערנאך האט דער רב אריינגעפירט דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר לענגערע מינוטן, און דערנאך געטאנצן אינאיינעם מיט די בני המשפחה,
דער רב האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן די בני המשפחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום עריכת שלחן הטהור פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לכבוד שושן פורים,
נאכ'ן שלחן הטהור האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 167
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 6:07 PM
#1065
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ויקהל - שושן פורים המשולש =

ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך גיסו חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום ביהמ"ד אבני צדק אין ק"י,
דער רב איז אנגעקומען אינמיטן די תהלוכת הספר תורה ברחובה של עיר, דער רב האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן פאר לענגערע מינוטן,
ביים אנקומען צום ביהמ"ד האט הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א אריינגעפירט דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך איבערגעגעבן דעם ספר תורה פאר'ן רב, און דער רב האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב אנגעוואונטשן גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 4:40 איז דער רב אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' צום הכנס"ת נדבת מוה"ר טובי' גדלי' לעווי הי"ו,
דער רב האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן אינאיינעם מיט'ן נדבן ובני משפחתו,
דערנאך האט דער רב פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און אנגעוואונטשן פאר'ן נדבן.

ארום 5:15 איז דער רב אנגעקומען בבית הרה"ח ר' יעקב יוחנן קליין ע"ה צום סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן שפעטער פארנאכטס אין ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' לעילו נשמתו,
דער רב האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה.
👁 169
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 1:38 PM
#1063
= רעוא דרעוין =

ארום 7:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר אברהם קליין הי"ו,
הוצאה והכנסה: מוה"ר בנימין הירש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר שלמה ב"ר יואל וויזעל הי"ו - ק"י,
שלישי: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: ר' הערשל ב"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען מוה"ר בנימין הירש הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והיה לה' לשם עולם לא יכרת' וואס די גמ' דרש'ענ'ט אלו ימי הפורים, און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי המגילה,
און ארויסגעברענגט אז באמת וואלט ז' אדר געדארפט זיין א יום טוב פאר זיבן טעג וויבאלד די אידן האבן ארויסגעוויזן א מורא'דיגע חביבות צו די תורה הקדושה ווען יעדע שבט האט געבעטן משה רבינו צו שרייבן א ספר תורה פאר זיי, אבער וויבאלד משה רבינו איז אוועק אין יענעם טאג האט מען עס נישט געקענט מתקן זיין פאר א יום טוב, ממילא האט מען אויסגעווארט ביז די שבעה, און געמאכט י"ד אדר פאר א יום טוב.

דער רב האט מחדש געווען אז אלע מנהיגי ישראל במשך הדורות האבן געוואוסט אז ס'גייט זיין א גזירה פון המן און אז מ'גייט געהאלפן ווערן, און מרדכי הצדיק האט געמאכט א גורל וועלכע טאג די צרה גייט זיין און ס'איז אויסגעקומען י"ג אדר, און ממילא האט ער אלע יארן מקדים געווען תפילה לצרה אז דאס יאר זאל עס נישט געשעהן, און דאס איז פשט אין די דאפעלט לשון וואס ס'שטייט עטליכע מאל אין די מגילה 'הפיל פור הוא הגורל' ווייל נישט נאר המן האט געמאכט א גורל, נאר להבדיל מרדכי הצדיק האט שוין פארדעם אויך געמאכט א גורל, און דערפאר הייסט עס פורים א לשון רבים און נישט פור, ווייל ס'איז געווען צוויי גורלות.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז נאך יום טוב פורים מאכט מען נישט קיין הבדלה ווייל ס'בלייבט אויף אייביג, און די השפעות ווערן נמשך אויף די גאנצע יאר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר יוסף לייב הכהן סאנדער הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שושנת יעקב: מוה"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר בעריש ראזענבערג שליט"א,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 1:37 PM
#1062
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת כי תשא - שושן פורים =

ערש"ק אום 7:35 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי חזרת הש"ץ האט דער רב מאריך געווען בבכיות עצומות.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר יצחק טובי' פריעדמאן הי"ו,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
ביי לכה דודי האט מען געזינגען עטליכע ניגונים און ביי ימין ושמאל האט דער רב געטאנצן בדביקות עילאה,
ביי בואי בשלום האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארום דעם היכל הביהמ"ד,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

אום 10:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו - ק"י,
בעל תפילה שחרית: מוה"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: החתן שאול ב"ר יוסף לייב סאנדער ני"ו - באווארפן,
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: החתן מרדכי ב"ר אברהם הערש שעהר ני"ו - באווארפן,
רביעי: הרה"ח ר' ישראל וואלף פריעדמאן הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: החתן גדלי' ב"ר יואל ברש"מ גאלדבערגער ני"ו,
אחרון: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' מענדל מאיר בר"ז גליק הי"ו.
הגבה: מוה"ר שרגא סאנדער הי"ו,
גלילה: מוה"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:40,
דער רב איז אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס זענען פארגעקומען די קידושים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 1:14 PM
#1061
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת כי תשא - יום הפורים =

אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית וקריאת המגילה,
דער רב האט באנייעט א נייע וואכעדיגע טלית מיט א רוקן עטרה, נדבת מוה"ר ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו און געמאכט א שהחיינו,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר ישעי' גראס שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו - ק"י,
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאכ'ן ליינען האט דער רב געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג פון געבן א מחצית השקל,
דער רב איז ארויף אויפ'ן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:45, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יו"ט, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אינדערהיים האט דער רב מקיים געווען די מצוות היום, משלוח מנות ומתנות לאביונים, און ממנה געווען שליחים צו טראגן משלוח מנות פאר די פילע אדמור"י ורבני העיר, טועם געווען פון די המן טאשן, נאנט, און קינדל כנהוג, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.

דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו אריבערצוגיין לברך ולהתברך ביים רב אין אזא געהויבענעם טאג,
דער רב האט אויפגענומען פון ארום 11:45 ביז ארום 3:15 נאכמיטאג בביתו,
במשכ'ן אויפנעמען האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנשי שלומינו, זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ובתוכם רבני ודייני קהילתינו הק', דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און אזוי אויך פארטיילט מטבעות פאר די ילדי תשב"ר ובחורי חמד.

= סעודת משתה היין =

ארום 3:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהלות יוסף בבית מדרשינו הגדול צום סעודת משתה היין לכבוד היום,
דער רב האט ממשיך געווען די סעודה און טועם געווען חלה,
נאך די פיש האט דער רב געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רב געטרינקען א צווייטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
נאך די פלייש האט דער רב געטרינקען א דריטע כוס וויין און נאך די קוגל א פערטע כוס און געוואונטשן לחיים,
במשך די סעודה האט זיך דער רב עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות פאר לענגערע מינוטן.

דער רב האט משמיע געווען דריי מאל דברי תורה לכבוד היום,
ביים ערשטן מאל האט דער רב ארומגערעדט בגודל מעלת וקדושת יום הפורים, און ארויסגעברענגט ווי די יום טוב פורים איז משפיע רפואות און גאר ווארעם אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים,
ביים צווייטן מאל האט זיך דער רב געשטעלט אויפ'ן מדרש 'זכור את יום השבת לקדשו, זכור את אשר עשה לך עמלק, היאך יתקיימו שניהם', און עס אויסגעטייטשט בענינא דיומא,
ביים דריטן מאל האט דער רב גערעדט מיט אן אויסטערלישן דביקות פונעם קדושת שבת קודש, דער רב האט נאכגעזאגט אז ו' ה' איז מרמז אויף רוחניות און י' ה' אויף גשמיות, בײ די שם י' ה' ו' ה' זעהט מען קלאר אז גשמיות איז קודם, יום טוב פורים ווען אידישע קינדער טרינקען און ס'איז נכנס יין, איז יצא סוד און ס'קומט ארויס דעם אמת אז די סיבה פארוואס מען דינט נישט דעם אויבערשטן בנאמנות איז ווייל ס'איז נישט דא קיין גשמיות, און ממילא אז דער אויבערשטער וועט געבן גשמיות פאר אידישע קינדער וועלן זיכער אידן טוהן דעם רצון השם ווי עס דארף צו זיין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מיט ברכת המזון האט דער רב שליט"א מכבד געווען חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מ'האט געענדיגט ארום 5:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז אדר תשפ״ה · Mar 16, 2025 · 11:48 PM
#1058
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א היינט נאכמיטאג ביים הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ''ד לב אהרן דקהילתינו הק' נדבת משפחת הרה''ח ר' יעקב יוחנן קליין ע''ה.
~🌴~
👁 184
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז אדר תשפ״ה · Mar 16, 2025 · 9:16 PM
#1055
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים ארויסקומען פונעם הכרת הטוב באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וויליאמסבורג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן.
~🌴~
👁 162
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז אדר תשפ״ה · Mar 16, 2025 · 8:55 PM
#1054
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תשא - תענית אסתר =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:45 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט נאכ'ן זיך צוריקקערן פונעם קורצן באזוך אין אנטווערפן.

אום 7:30 פארנאכטס איז דער אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר יואל קנאפפלער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
כהן: מוה"ר משה גלאנצער הי"ו,
לוי: הר"ר פייש הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.

= ליל פורים =

אום 8:01 האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.

תיכף דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער מקיים צו זיין די מצות קריאת המגילה ברוב עם, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
תיכף נאך קריאת המגילה ארום 9:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוט יום טוב.
~🌴~
👁 165
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז אדר תשפ״ה · Mar 16, 2025 · 3:15 PM
#1053
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג ויקהל - יום שושן פורים משולש 3:15 נאכמיטאג =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארלאזט יעצט די מעמד הכנסת ספר תורה פון גיסו הגה''צ רב דבהמ''ד אבני צדק שליט''א חדב''ן אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג וואו דער רב וועט מפאר זיין בראש פון די צוויי מעמדי הכנסת ספרי תורה בקרב קהילתינו הק' .

א גוט יום טוב.
~🌴~
👁 164