🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ט אדר תשפ״ה · Mar 19, 2025 · 5:00 PM
#1071
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ז ע"א וע''ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:20 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו היושבים ע"פ האה"ח אשת הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו,
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת מאטצען היושבים ע"פ האה"ח אשת הר"ר יצחק מאטצען שליט"א.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר א'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל קאהן הי"ו און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 205