🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 6:07 PM
#1066
ארום 5:45 איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין באגלייטונג פון א חשוב'ע דעלעגאציע פון די רבני קהילתינו הק' הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, און די ראשי הקהילה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק, אויסצודריקן הכרת הטוב פאר וויזניצ'ע רבי און זיך באדאנקן פאר די דרייסטע שריט פון זיך ארויסציען פון דעם געפלאנטן וויזניצ'ע ישוב אין קרית יואל בבקשת מרן רבינו שליט"א.

עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער מנהגי שושן פורים און פורים המשולש און נאך,
דער רב האט געזאגט פאר'ן וויזניצ'ער רבי'ן, איך קום בשליחות פונעם טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב,
דערויף האט דער וויזניצער רבי ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געווען קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל ובפרט יעצט ווען מ'שטייט שוין ממש ביים גמר הדבר,
ובכלליות איז געווען שווער דאס אוועקגיין וויבאלד דער געגנט איז ספעציעל געאייגענט און גוט אויסגעשטעלט מיט אלע מעלות, ס'וועט לעזן די מאנגל פון דירות דאהי, דער ציבור דארף דאך האבן וואו צו וואוינען, און אויך איז נישט דא דעם פראבלעם פון שמירת עינים וואס איז דא אין שטאט, אבער אויסגעפירט אז לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען זיכער בקרוב טרעפן א בעסערע פלאץ, צולייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים ז"ל האט געזאגט אז ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס, ווען ס'איז איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט און אין זיין מקום.

דער וויזניצ'ער רבי האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און געבעטן איבערצוגעבן א פריסת שלום פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך ארויסבאגלייט דעם רב און די חשוב'ע דעלעגאציע.

פון דארט איז דער רב אריבער לבית מדרשינו לב אהרן צום הכנס"ת נדבת משפחת הרה"ח ר' יעקב יוחנן קליין ע"ה,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר חיים צבי,
דערנאך האט דער רב אריינגעפירט דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר לענגערע מינוטן, און דערנאך געטאנצן אינאיינעם מיט די בני המשפחה,
דער רב האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן די בני המשפחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום עריכת שלחן הטהור פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לכבוד שושן פורים,
נאכ'ן שלחן הטהור האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 167