🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 1:38 PM
#1063
= רעוא דרעוין =

ארום 7:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר אברהם קליין הי"ו,
הוצאה והכנסה: מוה"ר בנימין הירש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר שלמה ב"ר יואל וויזעל הי"ו - ק"י,
שלישי: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: ר' הערשל ב"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען מוה"ר בנימין הירש הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והיה לה' לשם עולם לא יכרת' וואס די גמ' דרש'ענ'ט אלו ימי הפורים, און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי המגילה,
און ארויסגעברענגט אז באמת וואלט ז' אדר געדארפט זיין א יום טוב פאר זיבן טעג וויבאלד די אידן האבן ארויסגעוויזן א מורא'דיגע חביבות צו די תורה הקדושה ווען יעדע שבט האט געבעטן משה רבינו צו שרייבן א ספר תורה פאר זיי, אבער וויבאלד משה רבינו איז אוועק אין יענעם טאג האט מען עס נישט געקענט מתקן זיין פאר א יום טוב, ממילא האט מען אויסגעווארט ביז די שבעה, און געמאכט י"ד אדר פאר א יום טוב.

דער רב האט מחדש געווען אז אלע מנהיגי ישראל במשך הדורות האבן געוואוסט אז ס'גייט זיין א גזירה פון המן און אז מ'גייט געהאלפן ווערן, און מרדכי הצדיק האט געמאכט א גורל וועלכע טאג די צרה גייט זיין און ס'איז אויסגעקומען י"ג אדר, און ממילא האט ער אלע יארן מקדים געווען תפילה לצרה אז דאס יאר זאל עס נישט געשעהן, און דאס איז פשט אין די דאפעלט לשון וואס ס'שטייט עטליכע מאל אין די מגילה 'הפיל פור הוא הגורל' ווייל נישט נאר המן האט געמאכט א גורל, נאר להבדיל מרדכי הצדיק האט שוין פארדעם אויך געמאכט א גורל, און דערפאר הייסט עס פורים א לשון רבים און נישט פור, ווייל ס'איז געווען צוויי גורלות.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז נאך יום טוב פורים מאכט מען נישט קיין הבדלה ווייל ס'בלייבט אויף אייביג, און די השפעות ווערן נמשך אויף די גאנצע יאר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר יוסף לייב הכהן סאנדער הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שושנת יעקב: מוה"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר בעריש ראזענבערג שליט"א,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158