🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ט״ז אדר תשפ״ה · Mar 16, 2025 · 8:55 PM
#1054
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תשא - תענית אסתר =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:45 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט נאכ'ן זיך צוריקקערן פונעם קורצן באזוך אין אנטווערפן.

אום 7:30 פארנאכטס איז דער אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר יואל קנאפפלער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
כהן: מוה"ר משה גלאנצער הי"ו,
לוי: הר"ר פייש הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.

= ליל פורים =

אום 8:01 האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.

תיכף דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער מקיים צו זיין די מצות קריאת המגילה ברוב עם, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט די לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
תיכף נאך קריאת המגילה ארום 9:25 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוט יום טוב.
~🌴~
👁 165