🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח אדר תשפ״ה · Mar 28, 2025 · 4:53 PM
#1117
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת פקודי =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ' ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.

"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער אין שטוב פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החאלאקע פון א אייניקל פונעם רב הילד משה ני"ו בן לבנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דער עלטער זיידע האדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א און דער זיידע הגה"צ דומ"ץ קארלסבורג שליט"א,
דער עלטער זיידע קארלסבורגע רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר, און דערנאך האט דער רב אפגעשוירן עטליכע האר, און דערנאך מכבד געווען די בני המשפחה.
דער עלטער זיידע קארלסבורגע רבי האט אנגעטון פאר'ן קינד די קאפל און ציצית,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן קינד, פאר בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א, און די זיידעס.

נאכ'ן אפשערן איז מען אריבער צום בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. צו חדר פירן,
דער רב איז אנגעקומען ארום 10:20, און אריין אינעם עס זאל וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די קלענערע ילדי הת"ת
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
דער מלמד האט געלערנט די אלף בית מיט'ן אינגל, און דערנאך געגעבן צו לעקן די האניג, מ'האט געזאגט די פסוקים תורה צוה וכו' כנהוג,
דערנאך זענען די מלמדים אריבער ביים רב און דער רב האט איבערגעגעבן ממתקים פאר די מלמדים אויסצוטיילן שפעטער פאר די קינדער.

דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א און פאר די זיידע הגה"צ דומ"ץ קארלסבורג שליט"א און פאר נכדו הילד, און דערנאך געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען קורצע דברי ברכה, מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

שפעטער ארום 12:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת בצל אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 180
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח אדר תשפ״ה · Mar 28, 2025 · 3:33 AM
#1114
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת פקודי =

ארום 8:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די ליבערטי געגנט, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
ארום 8:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט ארום 9:25, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
נאכ'ן דאווענען איז געווען א געלעגנהייט פאר די בחורים אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן.

ארום 10:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה, און ארומגערעדט בדברי תורה על פרשת השבוע, און בעניני לימוד התורה,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'איז יעצט עוסק אהערצושטעלן דעם נייעם בנין הישיבה פאר די תלמידי הישיבה, ס'זאל זיין אויסגעשטעלט על צד היותר טוב די בחורים זאלן קענען עוסק זיין בתורה מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש, וואס דאס קאסט אפ א הון תועפות און מ'דארף נויטיג האבן פאנטאסטישע סכומים, און דערביי געבעטן פון די בחורים מ'זאל במשך די ימי בין הזמנים אריינלייגן כוחות עצומות צו שאפן וואס מער געלט, און ווער ס'וועט אריינברענגן לכל הפחות דעם סכום פון פינעף הונדערט דאללער וועט אריינגיין אין א גורל מיטצופארן אויף די נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע וואס מ'נעמט אונטער אויף דעם קומענדיגן חודש אלול לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע לקראת די חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 11:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבת שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אין די בלומענבערג געגנט,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די חברותות און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה ארומרעדנדיג בעניני שבת קודש ועוד,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון שאפן געלט להחזקת הישיבה ובפרט אין די יעצטיגע צייט ווען מ'גרייט זיך בעז"ה זיך אריינצוציען אינעם נייעם בנין הישיבה וואס שלעפט אריין אין גרעסערע סכומים דארף מען אוודאי צוקומען צו די הילף פון די חשוב'ע בחורים, און יעצט במשך די ימי בין הזמנים איז א גוטע געלעגנהייט אז די בחורים זאלן גיין נאך געלט און שאפן וואס מער צו שטיין צו הילף פאר די הנהלת הישיבה, דער רב האט צוגעזאגט פאר די תלמידי הישיבה אז מ'וועט מאכן א גורל פון אלע בחורים וואס וועלן אריינברענגן לכל הפחות דעם סכום פון פינעף הונדערט דאללער צו קענען מיטקומען אויף די נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע דעם קומענדיגן חודש אלול לקראת די חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה,
מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 6:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
דער רב איז אנגעקומען אין וויליאמסבורג ארום 9:30 און צוגעפארן צו די זאלן פון פרדס יואל צום תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ב"ר ישראל אברהם קרויס הי"ו און מוה"ר יוסף מענדל ב"ר צבי כ"ץ הי"ו, און דער רב האט געליינט תנאים,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל יוסף שטעסל הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר נפתלי חיים פערל הי"ו און מוה"ר עוזיאל צבי ווייס הי"ו אין די זאלן פון עידן לאנדא.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אדר תשפ״ה · Mar 27, 2025 · 7:05 PM
#1113
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת פקודי =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית דארט אין ביהמ''ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב אנגעקומען לבית כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א צום מעמד כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך כלל חסידי וויען לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג אין ביהמ"ד הגדול וויען אין וויליאמסבורג,
דער רב האט אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט כ''ק אדמו''ר מוויען שליט''א און די אנדערע אנוועזנדע רבנים צווישן זיי כ''ק אדמו''ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט''א.
כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב איז אנגעקומען ארום 6:10 און צוגעפארן לביתו.

ארום 6:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך איז דער רב ארויף בהיכל המתיבתא בבנין סניף קדושת יואל וואו דער רב האט באשיינט דעם מעמד סיום הזמן פאר די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים אינאיינעם מיט'ן מסיבת סיום מסכת בבא מציעא דורך די מצוייני תלמידי הישיבה סניף קדושת יואל,
דער רב איז אנגעקומען בהיכל המתיבתא אום 7:20,
ביים אנקומען האט דער רב געטאנצן אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע מינוט לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה''ג ר' קלמן הלברשטאם שליט''א,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן מנהל הישיבה און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דעם דרשת סיום הזמן בדברי חיזוק מוסר והתעוררות,
דער רב האט צום ערשט ארומגערעדט בשבח פון די מנהל הישיבה וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די בחורים, און די ידידות מיט'ן מנהל נאך פון די פריערדיגע יארן זייענדיג מנהל אין ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג.

דער רב האט ממשיך געווען ארומרעדנדיג איבער די וויכטיגקייט פון חזרה, וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך פונעם לערנען, און דאס מאכט געדענקען דאס לערנען, און די געשמאקקייט וואס מען פילט נאכ'ן האבן א גאנצע מסכתא אין די האנט כמונח בקופסא,
און ארויסגעברענגט אז ווען מען חזר'ט א מסכתא מאכט דאס גרינג אין די שפעטערע יארן און מ'קען דאס לערנען מיט א געשמאקקייט מיט די קינדער און אייניקלעך.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז מסכת שבת וואס מען לערנט יעצט בין כותלי הישיבה איז די שליסל פאר א אידישע שטוב נאך די חתונה אינדערהיים מ'זאל קענען די הלכות, און אין כולל ווען מען לערנט שו"ע הלכות שבת.

דער רב האט ארויסגעברענגט די נחת רוח וואס די תלמידי הישיבה מאכן פאר רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בעולם העליון אז זייערע תלמידים זענען עוסק בתורה, און להבחל"ח פאר'ן טאט'ן זאל זיין געזונט, און אויפגעפאדערט די בחורים זיך צו מחזק זיין בלימוד התורה און אין אלע ג' עמודי העולם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דערנאך האט דער רב פארטיילט תעודות פאר די מצטיינים, און דערנאך אום 8:55 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צווישן אנדערע ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל ר' אהרן מאנן הי"ו בן הרה"ח ר' יוחנן הי"ו - חבר הנהלת ישיבת דרך התורה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 154
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אדר תשפ״ה · Mar 27, 2025 · 5:04 PM
#1108
↩ Photo
🌴בצל מורינו🌴
נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' נדבת משפחת הרה"ח ר' יעקב יוחנן קליין ע"ה, דעם פארגאנגענעם זונטאג ויקהל - שושן פורים המשולש.
~🌴~
👁 161
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אדר תשפ״ה · Mar 27, 2025 · 5:03 PM
#1105
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת הרה"ח ר' יעקב יוחנן קליין ע"ה דעם פארגאנגענעם זונטאג ויקהל - שושן פורים המשולש.
~🌴~
👁 173
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אדר תשפ״ה · Mar 27, 2025 · 3:07 PM
#1103
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים כתיבת האותיות נעכטן מיטוואך נאכמיטאג אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך כלל חסידי וויען לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג אין ביהמ"ד הגדול וויען אין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 161
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו אדר תשפ״ה · Mar 26, 2025 · 7:29 PM
#1102
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת פקודי 7:25 פארנאכטס =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום מעמד סיום הזמן ומסיבת סיום מסכת בבא מציעא.

מ'קען מיטהאלטן א לייוו הוקאפ אויף מערכת קול סאטמאר
845-951-1110 #3-1-1
~🌴~
👁 162
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו אדר תשפ״ה · Mar 26, 2025 · 3:43 PM
#1101
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת פקודי =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב האט עוסק געווען בתורה בחדרו הפרטי, און ארום 6:40 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ברך משה בבנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יחזקאל משולם טעללער הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם בנציון שאפפער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, און שפעטער האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד'.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר מאיר שמחה ביק שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד מעזיבוז שליט"א וחתן הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - סגן ראה"ק דקהילתינו הק', עב"ג הכלה בת הר"ר דוד סופר שליט"א בן הגה"צ גאב"ד קהילת החרדים ארגענטינע, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם שמואל פראנקל הי"ו - ק"י, און מוה"ר שמואל דייטש הי"ו אין די זאל פון עטרת אליעזר, דער רב האט געליינט תנאים,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יחזקאל משולם טעללער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם בנציון שאפפער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרב מרדכי דוב מייזליש שליט"א, בן הרה"ג ר' אהרן שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה ב"פ, בן כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א, וחתן הרה"ג ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א - דומ"ץ ור"י דינוב בן כ"ק אדמו"ר מ'דינוב שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד דינוב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס אויפ'ן אויבנאן, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר דער בעל שמחה און די געהויבענע זיידעס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 172
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה אדר תשפ״ה · Mar 25, 2025 · 5:17 PM
#1099
🌴בצל מורינו🌴
= לכו בנים שמעו לי יראת ה' אלמדכם =

מארגן מיטוואך וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א משמיע זיין א דרשת הכנה לפסח בהיכל המתיבתא אין קרית יואל פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
די דרשה וועט פארקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם בנין הישיבה סניף קדושת יואל ביים מסיבת סיום מס' בבא מציעא פון די מצוייני תלמידי סניף קדושת יואל וועלכע האבן מסיים געווען און זיך פארהערט דעם מסכת װאס מ'האט געלערנט בין כותלי הישיבה דעם פארגאנגענעם יאר,
דער רב וועט אנקומען ארום 6:45 און באשיינען דעם מעמד, און דערנאך ארום 7:20 משמיע זיין א לענגערע דרשת הכנה ליו"ט פסח ודברי הדרכה לרגל סיום הזמן.

עס וועט זיין צוגעשטעלט מערערע זיץ פלעצער לענגאויס דעם גאנצן היכל הביהמ"ד און באזונדערע שטיי פלעצער ארום און ארום דעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים.

= לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' =
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה אדר תשפ״ה · Mar 25, 2025 · 12:43 AM
#1098
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת פקודי =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין הביהמ"ד.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם סרוגא הי"ו און מוה"ר יואל בר"א לעבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון פרדס יואל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.

שפעטער זענען אריין צום רב בביתו די ראשי קהילה דקהל עדת יראים וויען פון וויליאמסבורג און איינגעלאדענט דעם רב צום הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כלל חסידי וויען און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ויקרא צום ביהמ"ד וויען אין וויליאמסבורג לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט זיך נאכגעפרעגט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די וויענע קהילה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 131
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה אדר תשפ״ה · Mar 25, 2025 · 12:07 AM
#1097
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת פקודי =

ארום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ט"ו ע"א - י"ז ע"א.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר דוד יושע כ"ץ הי"ו און מוה"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון פארק מענאר סעליש.

דערנאך איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש וויליאמסבורג שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מקאסאן לעיקוואד ע"ה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 127
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד אדר תשפ״ה · Mar 24, 2025 · 11:15 PM
#1096
= רעוא דרעוין =

ארום 7:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה הערשקאוויטש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: האברך בה"ר יעקב גליק הי"ו,
לוי: מוה"ר משה יושע ווייס הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר יושע געלבשטיין הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

שטייענדיג נאך אין חודש אדר קען מען נאך רעדן פון פורים, ס'איז געווען אידן וואס האבן דעם פארגאנגענעם שבת אריינגעצויגן דעם פורים און געטוהן פורס מפה ומקדש, האט דער רב ארויסגעברענגט צום ערשט אז אונזערע רבי'ס האבן זיך נישט אזוי געפירט, און בכלל ברענגט עס צו צו זלזול שבת, און נאכמער די חידוש איז אז די זעלבע אידן פייערן נישט פאר סוף זמן קרי"ש, און עשרה בטבת ווען מ'האט געפאסט האבן זיי נישט אריינגעצויגן נאר געזוכט די פריעסטע זמן צו דאווענען און קענען אויספאסטן,
און אויסגעטייטשט 'לקיים את ימי הפורים האלה בזמניהם', ס'דארף זיין די ריכטיגע צייט, נישט אריינציען אינעם שבת, וויאזוי ווייסט מען, קוק אויף 'דברי הצומות וזעקתם', דארט זוכן זיי די פריעסטע זמן און זיי ציען נישט אריין,
און באזונדער אויסגעטייטשט די ווערטער 'דברי שלום ואמת' אז א איד דינט נישט דעם אויבערשטן על מנת לקבל פרס, מ'איז בשלום מיט'ן אויבערשטן און מ'דינט אים, אבער ס'איז באמת, נישט אויף צו באקומען חסדים.

דער רב האט נאכגעזאגט פונעם בעל שם טוב אז ווען דער אויבערשטער וויל א איד זאל תשובה טוהן, אנשטאט אים שטראפן, געט ער אים אסאך חסדים, און דורכדעם כאפט מען זיך אז מ'האט געטוהן אן עבירה, און וועגן דעם ווערן צדיקים מורא'דיג צובראכן ווען זיי באקומען חסדים,
און ארויסגעברענגט אז א גאנצע וואך איז מען נאר פארנומען מיט די צרות וואס מ'האט, שבת ווען מ'איז פארנומען צו דאנקן דעם אויבערשטן, זעהט מען די אלע חסדים און מ'כאפט זיך ווי נידריג מ'איז, איז די ריכטיגע זמן תשובה צו טוהן.

דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי פרשת פרה אדומה, און ארויסגעברענגט אז די סיבה פארוואס די פרה אדומה האט געדארפט זיין רויט איז ווייל די גמ' זאגט אז ווען מען פארשעמט איינעם גייט אוועק די רויטקייט און מ'ווערט ווייס, די פרה אדומה איז א כפרה אויף דעם וואס ווען דו האסט געטוהן אן עבירה ביסטו געבליבן רויט און נישט געווארן ווייס, ניטאמאל האסטו דיר געשעמט בשעת'ן עובר זיין,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, ס'זאל נשפע ווערן אלע השפעות טובות, מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטן זז"ג בראש, בב"א.

ידיד נפש: מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר דוד יושע גראס הי"ו,
שושנת יעקב: מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יודל היימאן הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 9:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד אדר תשפ״ה · Mar 24, 2025 · 11:14 PM
#1095
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת ויקהל - שבת פרה =

ערש"ק ארום 7:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ששת ימים תעשה מלאכה' בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א,
ויהיו רחמיך: הר"ר מיכל טייטלבוים שליט"א,
מיט'ן ניגון 'רברבין' האט דער רב מכבד געווען הר"ר שמואל זאנוויל פאגעל שליט"א - ראה"כ כולל למצויינים דקהילתינו הק' ירושלים,
ברכת המזון: הרה"ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - כ"א אדר,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר מרדכי בן מוה"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו, און לרגל די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' יושע הערש ב"ר שמעי' פריעדמאן הי"ו - ק"י, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אז ביום השביעי: ר' יוסף בערגער הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו,
צו שחרית איז צוגעגאנגען האברך ב"ר יושע געלבשטיין הי"ו - ק"י.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב כהנא הי"ו און הרה"ח ר' יושע געלבשטיין הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: החתן דוד ב"ר מאיר יעקב כהנא ני"ו,
לוי: מוה"ר יואל משה שווארץ הי"ו,
שלישי: החתן מרדכי ב"ר אברהם הערש שעהר ני"ו,
רביעי: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו - ק"י,
שישי: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו,
שביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו,
אחרון: ר' יוסף בערגער הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
מפטיר - פרה: הגה''צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: מוה"ר אברהם אפרים בערגער הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק מרדכי מאשקאוויטש הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:20,
דער רב איז אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל הולדת הבת אצל ר' יוסף ב"ר אברהם אפרים בערגער, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 123
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ג אדר תשפ״ה · Mar 23, 2025 · 4:15 PM
#1093
🌴בצל מורינו🌴
מטעם בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ווערט געמאלדן אז אין די יעצטיגע טעג ווערט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער איבער די נסיעה הרוממה בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לעורר זכות אבות און לאדענען צום חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה בת חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.

לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט מען ארויספארן זונטאג פרשת שופטים פוקד צו זיין די ציונים פון רבותינו הק' זי"ע אין פולין אונגארן און רומעניא להיפקד בדבר ישועה ורחמים
שב"ק פרשת שופטים - ו' אלול יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע װעט מען פראווענען א דערהויבענער שבת אין עיר האבות סיגוט יע"א סמוך ונראה צום ציון הק' אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו, און צוריקקומען זונטאג פרשת כי תצא.

די סדר ופרטי הנסיעה וועט נאכפאלגן ווי נאר עס ווערט באשטעטיגט.
~🌴~
👁 530
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א אדר תשפ״ה · Mar 21, 2025 · 2:42 PM
#1092
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ח ע"ב - י"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 197
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א אדר תשפ״ה · Mar 21, 2025 · 2:41 PM
#1091
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת ויקהל =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ח ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע געלבשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יושע פישער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר מענדל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

ארום 7:45 איז דער רב אנגעקומען אינעם נייעם בנין הישיבות קטנות בנין בערקאוויטש וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע אינאיינעם מיט די אריבער צוויי הונדערט תלמידי ישיבתינו הק' חברי חבורת קדושת יום טוב,
ביים אנקומען האט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילתינו הק' ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה און ניגוני דביקות.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די חברי החבורה, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און ארויסגעברענגט עטליכע נקודות וואס מ'קען זיך אפלערנען פון "רבי ר' אלימלך'ס טאנץ", צווישן אנדערע אז פונקט ווי אויף דעם ניגון קען מען נישט טאנצן אליין, אזוי אויך קען מען נישט שטייגן אליין, נאר מ'דארף זיך צוזאמנעמען און אינאיינעם שטיין פעלזן פעסט כחומה בצורה נישט אראפגעשלעפט צו ווערן פון די גאס,
דערביי האט דער רב ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון די חבורה און די זכיה פון זיין נמנה בהאי חבורתא קדישא, און באזונדער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מעלה פון זיך צוזאמנעמען שבת ביינאכט נאך די סעודה צו זינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן, הערן דברי תורה און זיך מקשר זיין צו העכער'ס, זאגנדיג "כ'וויל זאגן קלאר אז איך מיין נישט מיין באטע, אדרבה קומטס נישט צו מיין באטע, אבער גייטס כאטש צו עפעס א באטע",
און דערנאך אויסגעשמועסט די פרטי החבורה וואס זענען נוגע אויף בין הזמנים און דעם קומענדיגן יום טוב פסח הממשמש ובא, וואס דאס נעמט אריין לערנען מינימום א האלבע שעה פאר'ן דאווענען, און דאווענען פאר די צווייטע סוף זמן תפילה, און אויסגעפירט אז עס איז נאך דא אסאך פלענער בכמות ובאיכות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן דרשה האט דער רב פארטיילט דעם נייעם ספר ברך משה אויף סוגיות לאות מזכרת פאר די בחורים אויף די גוטע אויפפירונג דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים וואס האט זיך דערקענט אויפ'ן גאס ביי די תלמידי ישיבותינו הקדושות,
מ'האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אברהם הערש שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יושע געלבשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יושע פישער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר מענדל טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 202
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א אדר תשפ״ה · Mar 21, 2025 · 2:20 PM
#1090
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לשבת קודש פרשת ויקהל - שבת פרה =

זמן הדלקת הנרות: 6:54
סוף זמן קרי"ש: 9:23
זמן מוצאי שבת: 8:23

מנחה וקבלת שבת: 7:30

התוועדות ליל שבת קודש: 11:15 בהיכל מאיר זעליג

שחרית יום שבת קודש: 9:30

מנחה וס"ג: 7:25

א גוט שבת.
~🌴~
👁 157