🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ז אדר תשפ״ה · Mar 17, 2025 · 1:14 PM
#1061
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת כי תשא - יום הפורים =

אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית וקריאת המגילה,
דער רב האט באנייעט א נייע וואכעדיגע טלית מיט א רוקן עטרה, נדבת מוה"ר ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו און געמאכט א שהחיינו,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר ישעי' גראס שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו - ק"י,
בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
כהן: מוה"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו,
לוי: מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאכ'ן ליינען האט דער רב געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג פון געבן א מחצית השקל,
דער רב איז ארויף אויפ'ן באלעמער, מען האט אויפגעוויקלט די מגילה כאיגרת, דער רב האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט די מגילה וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א שעה צייט מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעוררות,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:45, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יו"ט, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אינדערהיים האט דער רב מקיים געווען די מצוות היום, משלוח מנות ומתנות לאביונים, און ממנה געווען שליחים צו טראגן משלוח מנות פאר די פילע אדמור"י ורבני העיר, טועם געווען פון די המן טאשן, נאנט, און קינדל כנהוג, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.

דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו אריבערצוגיין לברך ולהתברך ביים רב אין אזא געהויבענעם טאג,
דער רב האט אויפגענומען פון ארום 11:45 ביז ארום 3:15 נאכמיטאג בביתו,
במשכ'ן אויפנעמען האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנשי שלומינו, זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ובתוכם רבני ודייני קהילתינו הק', דער רב האט יעדעם געבענטשט און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און אזוי אויך פארטיילט מטבעות פאר די ילדי תשב"ר ובחורי חמד.

= סעודת משתה היין =

ארום 3:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהלות יוסף בבית מדרשינו הגדול צום סעודת משתה היין לכבוד היום,
דער רב האט ממשיך געווען די סעודה און טועם געווען חלה,
נאך די פיש האט דער רב געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין, און געוואונטשן לחיים,
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רב געטרינקען א צווייטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג,
נאך די פלייש האט דער רב געטרינקען א דריטע כוס וויין און נאך די קוגל א פערטע כוס און געוואונטשן לחיים,
במשך די סעודה האט זיך דער רב עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין בעוז ותעצומות פאר לענגערע מינוטן.

דער רב האט משמיע געווען דריי מאל דברי תורה לכבוד היום,
ביים ערשטן מאל האט דער רב ארומגערעדט בגודל מעלת וקדושת יום הפורים, און ארויסגעברענגט ווי די יום טוב פורים איז משפיע רפואות און גאר ווארעם אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים,
ביים צווייטן מאל האט זיך דער רב געשטעלט אויפ'ן מדרש 'זכור את יום השבת לקדשו, זכור את אשר עשה לך עמלק, היאך יתקיימו שניהם', און עס אויסגעטייטשט בענינא דיומא,
ביים דריטן מאל האט דער רב גערעדט מיט אן אויסטערלישן דביקות פונעם קדושת שבת קודש, דער רב האט נאכגעזאגט אז ו' ה' איז מרמז אויף רוחניות און י' ה' אויף גשמיות, בײ די שם י' ה' ו' ה' זעהט מען קלאר אז גשמיות איז קודם, יום טוב פורים ווען אידישע קינדער טרינקען און ס'איז נכנס יין, איז יצא סוד און ס'קומט ארויס דעם אמת אז די סיבה פארוואס מען דינט נישט דעם אויבערשטן בנאמנות איז ווייל ס'איז נישט דא קיין גשמיות, און ממילא אז דער אויבערשטער וועט געבן גשמיות פאר אידישע קינדער וועלן זיכער אידן טוהן דעם רצון השם ווי עס דארף צו זיין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מיט ברכת המזון האט דער רב שליט"א מכבד געווען חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מ'האט געענדיגט ארום 5:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158