🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון הכלה בת גיסו הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט אין בארא פארק. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד וימאן נגד פגעי הטעכנעלאגיע פאר די הונדערטער תלמידי מוסדותינו הק' פון וויליאמסבורג פארגאנגענעם מאנטאג וארא. ~🌴~
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט לרגל הילולת זקינו הרה"ק ר"ר זושא זי"ע, נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ג פסוק ב', דערביי האט דער רב משמיע געווען דברי התעוררות לימי השובבי"ם און מעורר געווען די בחורים צו מאכן א גוטע הכנה צום דאווענען ארויסברענגנדיג די חומר הענין פון רעדן דברים בטלים פארן דאווענען, און ארומגערעדט בגודל עניית אמן יהא שמי' רבה.
ארום 5:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר ישראל שפיצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל שעהנפעלד הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל וויזענפעלד הי"ו - מאנסי עב"ג הכלה בת מוה"ר חנני' בנימין הירש הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטל, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל פריינד הי"ו און מוה"ר יואל כ"ץ הי"ו, אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מאנסי.
ביים אנקומען אין מאנסי האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' גרשון מענדל טויב הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי' שרה.
דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביים שמחת החתונה בבית וויזשניץ מאנסי אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, די חתן אייניקל פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, בן לחתנו הגה"צ ר' נפתלי מרדכי טויב שליט"א - אב"ד קאלוב טשעסנאט רידזש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר פיש שליט"א בן האדמו"ר מביקסאד שליט"א וחתן כ"ק אבד"ק ראחמסטריווקא מאנסי שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א און די אנדערע מחותנים, זיידעס און די רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א האט מכבד געווען דער רב מיט לחיים, און דער רב האט אנגעווינטשן פאר די חתן, מחותנים, און זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס, ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל שפיצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל שעהנפעלד הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אלפי אנשי שלומינו גרייטן זיך צום געהויבענעם שמחה בחצרות קדשינו פון הכלה די צווייטע אור אייניקל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אייניקל פון בנו בכורו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הכלה בת בנו הגדול הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א, וועלכע וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת יתרו בשטומ"צ.
די שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, צוליב די רבוי העם וואס איז ערווארטעט ווערט געמאלדן מטעם קהילתינו הק' אז די ביהמ"ד הגדול וועט ווערן אויסגעשטעלט מיט די מאקסומים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור ערווארטעט, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס און די מערסטע זיץ פלעצער שייך, באזונדער וועט די דריי זייטן ווייבער שוהלן זיין אפן בלויז פאר די מענער.
פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים איבער די חתונה הגדולה אונעם נאכפאלגנדיגן שבת של שמחה - שבת שבע ברכות וואס וועט לויט די יעצטיגע פלענער געפראוועט ווערן בצל הקודש פונעם גרויסן עלטער זיידע עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל. "שישו ושמחו בשמחת רבינו"
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל.
ארום 5:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב אין חדר יעקב מרדכי בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה הערש פישער הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס, דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר הערש בער מייזעלס שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר משה שמואל הירש הי"ו אין די זאל פון כינור דוד, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן און מחותנים, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אלעזר קליין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יהושע יהודה פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו און מוה"ר אשר אנשיל ליכטנשטיין הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל, און ביים חתונה פון החתן בן הר"ר נחמן כהנא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יואל הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד זכרון נפתלי מעליץ שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד אשוי שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון פרדס צבי, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די געהויבענע מחותנים און זיידעס, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן אויבנאן און באזונדער מיט'ן גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ אדמו"ר ממעליץ שליט"א.
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד התחלת לימוד גמרא דורך די תלמידי כתה ד' דמוסדותינו הק' ב"פ, פארגאנגענעם דינסטאג פרשת וארא אין בארא פארק. ~🌴~
ארום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול, פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס, און בן הר"ר יעקב גליק שליט"א.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף כ"ו ע"א - כ"ז ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' מנחם יצחק אייזדארפער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה שלמה פריעד הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר יואל היימאן שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל.
ארום 9:45 איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי משפחת טייטלבוים היושבים ע"פ אמם האה"ח אלמנת הרה"ח ר' לייבוש טייטלבוים ע"ה.
ארום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 5:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הישיבה סניף ויואל משה, צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' לייביש טויב הי"ו. ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר שרגא גאנדל שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, כהן: מוה"ר ישראל כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אברהם שמחה הירש הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: מוה"ר שמואל לאנדא הי"ו.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן מיט די זמירות של"ס, דער רב האט ממשיך געווען פאר עטליכע שעה מיט פילע ניגוני התעוררות אריינברענגענדיג דעם גאנצן ציבור אין א העכערן אטמאספער.
הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער דעם גאנצן שטאט האבן געשטראמט לענגאויס די גאנצע צייט מיטצוהאלטן די געהויבענע שלש סעודות, און די הונדערטער תלמידי הישיבה זענען געשטאנען ארום דעם גאנצן ביהמ"ד, דעם גאנצן היכל הביהמ"ד איז געווען פול מן הקצה אל הקצה און די הונדערטער באטייליגטע זענען געשטאנען מיט דארשט אויסצוהערן די דברי תורה וואס האבן זיך געגאסן כמעיין המתגבר.
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוק 'גם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם ואזכור את בריתי', און אין די מדרשים און מסורות וואס ווערן געברענגט אינעם פרשה, דער רב האט דערמאנט די ווערטער פונעם רמ"ק אז אלע כוחות וואס א מענטש האט קומט פונעם באשעפער, איז וויאזוי קען א מענטש גיין מיט די כוחות וואס די באשעפער גיבט אים און טוהן זאכן וואס זענען נישט די רצון ה', דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים און בקול זעקה מיט בכיות עצומות האט דער רב מעורר געווען די לבבות פון אלע הונדערטער באטייליגטע, דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער באשעפער באגלייט יעדן איד אויף טריט און שריט, און מען דארף לערנען זיין תורה כדי צו וויסן וואס דער באשעפער איז און דורכדעם וועט מען צוקומען אז מען זאל נישט זינדיגן און מען וועט וויסן וויאזוי תשובה צו טוהן, באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז דער באשעפער ווארט און ערווארט פון יעדע איד תשובה צו טוהן און האפט אויף זיין צוריקקער, און עד יום מותו מחכה לו אויף זיין תשובה, און מיט דעם האט דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א ריכטיגע תשובה, און מ'זאל גיין קעגן משיח צדקינו בב"א.
דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר איתמר מייזליש שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה, נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 8:45, און דער ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= מוצאי שבת קודש =
ארום 10:00 איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי מוה"ר אליעזר מאשקאוויטש הי"ו ומשפחתו היושבים ע"פ בנם הב' ע"ה.
ארום 10:15 האט זיך דער רב באטייליגט בײם תנאים פון די מחותנים מוה"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו און מוה"ר ירמי' לעווי הי"ו אין די זאלן פון בבית רבינו איהעל קט., דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך ארום 10:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וויליאמסבורג.
ארום 9:50 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הישיבה סניף דברי יואל צו תפילת שחרית, ברכות ופסוקי דזמרה: הב' ישכר בעריש ברי"פ פריעד ני"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט התעוררות רב, דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר ישראל הורוויץ שליט"א, בעל קורא: הב' ברוך ני"ו בהרה"ג ר' אהרן מנחם אסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' לאנדאן, ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, כהן: הר"ר זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', לוי: הב' שמעון ברנ"ח בערגער ני"ו - אנטווערפן, שלישי: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק', רביעי: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, חמישי: הב' יואל האלבערשטאם ני"ו בן הגה"צ אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו 18'טע עוו. ב"פ, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר אלע אייניקלעך פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע - תלמידי הישיבה, שביעי: נכד רבינו הב' חיים הערש ני"ו בן הרה"ג ר' מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הוספות: נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו, הב' שלום אליעזר מייזליש ני"ו בן הגה"צ ר' מרדכי אהרן שליט"א מרבני קהילתינו וומ"ס, אחרון: נכד רבינו הב' בנימין חיים מייזליש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מפטיר: הב' חיים הערש טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ ר' אהרן שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט - מאנסי, הגבה: הב' שלום ברא"י גראסבערג ני"ו - מאנסי, גלילה: הב' זלמן לייב טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א, נאכן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הב' משה זאב ברי"ר האפפער ני"ו, פתיחה צו אנעים זמירות: מוה"ר ארי' ווייס הי"ו, מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו.
דער רב האט צוגעלייגט אז אזויווי דער הייליגער שינאווער רב זאגט, אז מען זאל קוקן וואס ערליכע אידן טוען, מען זאל גיין פרעגן ערליכע אידן, דיינים, און בעיקר תלמידים פון רבין ז"ל וועלן זיי אלע זאגן אז א בחור האט נישט וואס צו זיין ביי תנאים'ס, און דער רב האט געזאגט אז עס קומט אסאך אויס צו גיין צו תנאים'ס און מ'קען אסאך מאל זעהן ווי בחורים זענען דארט און עס איז זייער אומבא'טעם'ט מיטצוהאלטן די שווערע מכשולות וואס קומען ארויס.
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט דברי הדרכה אינעם ענין פון האבן הכרת הטוב פאר די עלטערן, זיך אויפפירן צו עלטערן אזויווי מען וויל די קינדער זאלן זיך אויפפירן צו אים, אפי' מען מײנט אז מען פארשטייט בעסער, און דער וועלט זאגט אז אויסרייסן א מדה איז שווערער ווי צו ענדיגן ש"ס אבער מ'קען זאגן אז אביסל ארבעטן אויף א מדה איז אויך שווערער ווי צו ענדיגן ש"ס, אבער מיט דעם אלעם דארף מען ארבעטן אויף זיך, דערנאך האט דער רב שטארק ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די ענין אז א בחור וואס האט אביסל מער כשרון ווי א חבר מיינט אז ער מעג אים שוין טשעפענען וכדו', און דער רב האט פאר א לענגערע צייט פארציילט עטליכע מעשיות פון אינגעלייט וואס מוטשען זיך ווייל אלס קינד האט ער געטשעפעט זיין חבר, און צוגעענדיגט אז וואס מען טוט טוט מען פאר זיך, און דער אויבערשטער צאלט צוריק, וואס מען האט געטוהן פאר א חבר באקומט מען אויף די אייגענע קינדער.
די זמירות האט דער רב אליינס אנגעהויבן בהתלהבות אש מיטשלעפנדיג דער גאנצער ציבור אינעם ווארימען שבת'דיגער אטמאספער, במשך די סעודה האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער בעה"ב ואברכים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע סעודה בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, מתובל מיט דברי תורה, מוסר והדרכה, התעוררות והתחזקות.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, מ'האט געזינגען כל מקדש, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען געזינגען מנוחה ושמחה.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק 'וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב באל שדי ושמי ה' לא נודעתי להם' אין אויפ'ן מדרש 'אמר לו הקב"ה למשה טוב אחרית דבר מראשיתו, טובה אחריתן של ישראל מראשית שנתתי להם במצרים'.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט אז מען זאל לעבן מיט אמונה און בטחון און זיך נישט זארגן, נאר דער באשעפער טוט וואס איז גוט פאר אונז, און בפרט ווען עס קומט צו שידוכים זעהט מען עס שטערקער אז וואס עס איז די ריכטיגע זאך דעס געשעהט, נאר מען דארף זיך האלטן מיט די אמונה, און דער רב האט ממשיך געווען ארויסברענגנדיג אז יעדע איד קען שפירן א טעם אין שבת, און דער רב האט פארציילט א מעשה פון א איד וואס איז אמאל געקומען צו זיין רבי אפאר וואכן נאך יו"ט, האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס ער איז געקומען די וואך, האט ער געזאגט אז ער האט געוואלט קומען א פראסטער שבת, האט דער רבי זיך אנגערופן אז איך האב נאכנישט געטראפן קיין פראסטער שבת, אבער א פראסטער מענטש יא, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מ'האט געזינגען ניגוני שב"ק, מ'האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט אנגעהויבן קה אכסוף, דערנאך האט דער רב עטליכע מאל פארציילט עובדות וסיפורים פון דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת בא - ב' שבט, און אזוי אויך סיפורים ועובדות פון הרה"ק המהר"ם שיק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת בא - ר"ח שבט, ווען אינצווישן האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען נכד רבינו החתן יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א, מ'האט אויפגעגעבן פירות, און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.
דערנאך האט דער רב געזאגט אז 'עיניו נכח יביטו' נכ"ח איז ר"ת נ'שמת כ'ל ח'י, מען זאל זעהן זיך צו לייגן צייטליך כדי צו האבן כח צום דאווענען מארגן.
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט געזינגען נאך עטליכע ניגוני שבת, מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת וארא - שבת מברכים חודש שבט תשפ"ו - שבת התאחדות בהיכל המתיבתא אין קרית יואל יצ"ו בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א =
ערש"ק פאר'ן זמן הדלקת הנרות האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן אהרן ב"ר שלמה זלמן ברוין ני"ו און פאר החתן יהושע ב"ר הערש בער מייזעלס ני"ו.
ארום 5:20 איז דער רב אנגעקומען אין בנין הישיבה סניף דברי יואל, און ארום 5:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה און יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' הערשל ב"ר דוד חנני' ווייס ני"ו, מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בקול חוצב להבות אש כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 7:30 איז דער רב אנגעקומען אין בנין הישיבה סניף ויואל משה צום סעודת ליל שב"ק, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און מעריך געווען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין במשך די קומענדיגע פיר אהאלב שעה אינאיינעם מיט די קרוב צו פופצן הונדערט בחורים תלמידי הישיבה, דער רב האט אנגעפירט מיט די ניגונים לבית סיגוט - סאטמאר מיט א התלהבות אש קודש אריינגעבנדיג א נעימות'דיגער טעם אינעם שבת, אזוי אויך האט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה און סיפורים ועובדות פון רבותינו הקדושים.
ביים אנקומען אויפ'ן פלאץ האט דער רב צוערשט אנגעהויבן מיט'ן באקאנטן ניגון 'גוט שבת', דערנאך האט דער רב אנגעהויבן שלום עליכם און מען האט געזינגען ווייטער די זמירות, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו החתן חיים צבי בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים, דער רב האט זיך געוואשן, מ'האט אויפגעגעבן די פיש, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדברי מוסר והתחזקות, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה' ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' וואס איז די שייכות פון קוקן אויף די ציצית מיט שמירת הלב והעינים, נאר ציצית איז דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע דומה לכסא הכבוד, א מענטש קען אמאל טראכטן אז א קליינע קוק קען נישט שאטן, אבער דער אמת איז אז ווען מען קוקט מיט די אויגן איז עס מעורר די מח און עס גייט גאר ווייט אזויווי מען זעהט לגבי ציצית, דער רב האט צוגעלייגט וואס ער האט אמאל געהערט פון טאטע זאל זיין געזונט אז א חסיד'ישע בחור דערמאנט נישט דעם ווארט 'בעקעלע' ווייל א בעקעלע איז געמאכט פאר טארטן און קוכן, און דאס מאכט מען פאר א תנאים, און ביי א תנאים קומען אויך פרויען, דערביי האט דער רב ארומגערעדט די שטארקע כוחות וואס דארף אריינגעלייגט ווערן אין שמירת עינים און אז מען דארף שטארק אפהיטן די שערי הראש פון נישט צוקומען צו קיין עבירה, דערנאך האט דער רב האט ארומגערעדט און מחזק געווען די תקנות הישיבה אז בחורים גייען נישט צו א תנאים פון חברים, און אפי' די חתן איז גאר אן ערליך בחור און א נאנטע חבר, דער רב האט מסביר געווען די גרויסע מכשולות וואס קומען ווען מען גייט צו שמחות ווען עס איז דא אנשים ונשים, דער רב האט דערביי געבעטן אז די בחורים זאלן זיך צוזאמנעמען און מאכן חבורות זיך צו מחזק זיין אין די ענינים, אז ווען מען גייט נישט צו אזעלכע שמחות זאל מען זיך פילן גוט אז מען האט געקענט ביישטיין די נסיון און אז מען האט אויסגעפאלגט די תקנה, און אזויווי די גמ' שבת יב: דערציילט אז ר' ישמעאל האט געזאגט אז ער מעג יא לערנען ביי א לעכט שבת ווייל ער וועט נישט עובר זיין אויף שמא יטה, און ווי די גמ' ענדיגט צו אז ר' ישמעאל האט יא עובר געווען, די זעלבע זאך דא, מען זאל נישט גיין אפי' מען האלט אויף זיך אז מען איז גענוג שטארק און ער מעג יא, און דאס איז די סיבה פארוואס דער טאטע זז"ג רעדט נישט דערפון, ווייל עס איז א זעלבספארשטענדליכע זאך אז א בחור האט נישט וואס צו גיין צו קיין תנאים,
ארום 5:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט איז דער רב אריבער אויף א קביעת מזוזה ומסיבת לחיים בביתו החדש פון הרבני החסיד ר' משה שמואל שטיין הי"ו בן הרה"ח ר' בערל הי"ו, אין וויליאמסבורג, דער רב האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו און מוה"ר דניאל יודא הירש הי"ו אין די זאל פון עדן לאנדא, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו און מוה"ר אשר גאנז הי"ו אין די זאלן פון אהל לאה, דער רב האט געליינט תנאים.
שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל וואו עס וועט געפראוועט ווערן ווי יאר יערליך דעם דערהויבענעם שבת התאחדות אינאיינעם מיט די קרוב צו 1,500 תלמידי המתיבתא בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ריש המתיבתא.
פרייטאג אינדערפרי ארום 8:05 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.