🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ט טבת תשפ״ו · Jan 18, 2026 · 8:04 PM
#2360
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וארא =

ארום 5:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט איז דער רב אריבער אויף א קביעת מזוזה ומסיבת לחיים בביתו החדש פון הרבני החסיד ר' משה שמואל שטיין הי"ו בן הרה"ח ר' בערל הי"ו, אין וויליאמסבורג,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר מרדכי ארי' שפיטצער שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו און מוה"ר דניאל יודא הירש הי"ו אין די זאל פון עדן לאנדא,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו און מוה"ר אשר גאנז הי"ו אין די זאלן פון אהל לאה, דער רב האט געליינט תנאים.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב ארויסגעפארן קיין קרית יואל וואו עס וועט געפראוועט ווערן ווי יאר יערליך דעם דערהויבענעם שבת התאחדות אינאיינעם מיט די קרוב צו 1,500 תלמידי המתיבתא בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ריש המתיבתא.

פרייטאג אינדערפרי ארום 8:05 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.

~🌴~
👁 164