ארום 5:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, בע"ת: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
ביים ליינען זענען מכבד געווארן, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יעקב שלום טרעגער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' בנציון אלימלך ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטלמאן הי"ו - ק"י, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יחזקאל קליין הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקים און מדרשים פון די שירת הים.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די הארבקייט פון עבירות וואס עס העלפט נישט קיין תשובה, און נאכגעזאגט דעם ישמח משה וואס ברענגט פונעם פרשת דרכים אז דער אויבערשטער איז מצרף דעם טוב העתיד פון א איד דורך דעם שם הוי"ה.
דער רב האט דערביי צוגעלייגט וואס די רבי ז"ל זאגט אז דער באשעפער קוקט אויף יעדן לויט די דור, און אין אזא שוואכע דור איז יעדע קלייניקייט חשוב ביים אויבערשטן, און אזוי אויך זאל א מענטש נישט מיינען אז א קליינע תשובה איז גארנישט נאר מ'זאל ווייסן אז אויך דאס איז זייער אסאך ווערד.
מיט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט פארוואס די אידן האבן געזאגט צוויי מאל דעם פסוק ה' ימלך לעולם ועד, און אויפגעבויט אז מ'האט עס געזאגט איינמאל פאר די שירה כדי מעורר צו זיין דעם שם הוי"ה מצרף צו זיין דעם טוב העתיד און דער אויבערשטער זאל מוחל זיין די חטאים וואס מ'האט געזינדיגט אין מצרים, און איינס האט מען געזאגט בשעת די שירה.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בגודל הזמן פון די ימי השובבי"ם און ארויסגעברענגט אז דעמאלטס איז דער צייט מתפלל צו זיין און איינרייסן אויף ביאת המשיח און מ'דארף אמת'דיג בעטן און האפן דערפאר, און אזוי אויך איז דער זמן צו חשבון הנפש און טראכטן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, וויפיל מ'איז אנגעקומען ביז היינט און וויאזוי מ'גייט גיין ווייטער, און דער רב האט אויסגעפירט מיט די נקודה אז שובבי"ם איז נאר אן אנהייב אבער מ'דארף אלעס אנהאלטן אויף ווייטער נאכדעם.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני שמחה לקראת די גרויסע שמחה בביתו בשמחת החתונה פון נכדתו הכלה, און נאכגעזאגט דעם זוהר הקדוש אז די אבות הקדושים קומען אראפ, דערביי האט דער רב געלאדענט דעם ציבור צום חתונה און ארויסגעברענגט אז ס'וועט זיין א שמחה אז דער עולם וואס דאווענט דא קומט צום שמחה, און ספעציעל דער עולם וואס איז כסדר מוסיף בתפילה אז אלעס זאל גיין וויאזוי ס'דארף צו זיין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די שמחה זאל משפיע זיין פאר אלע אנשי שלומינו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה הערש גליק הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דער רב האט געזאגט די שבע ברכות פאר החתן אהרן ב"ר משה הערש גליק הי"ו, מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ערש"ק ארום 5:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבל"ש איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם יצחק מארמארשטיין הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, דער רב האט ווי יאר יערליך פארגעלערנט פון ספה"ק נועם אלימלך ד"ה כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים אליך כי אני ה' רפאך, און דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנו' און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הר"ר אשר זעליג מייזליש שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה, ויהיו רחמיך: הר"ר משה זעליג ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שמחה לרגל החתונה הגדולה בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א דעם קומענדיגן מאנטאג הבעל"ט, און אזוי אויך עטליכע ניגונים לכבוד שבת שירה, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען נכדו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עטליכע סיפורים פון צדיקים בעניני פרשת השבוע.
אז ביום השביעי: הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאי לכבוד שבת שירה, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:15 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז דער רב צוגעגאנגען און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, דער רב האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, און דערנאך ממשיך געווען צו דאווענען פארן עמוד תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען מכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אנשיל שעהר שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש, שלשי: החתן ב"ר מאיר הערש גליק הי"ו, רביעי: ר' וואלף אלימלך שעהר הי"ו, חמישי: בעל שמחה מוה"ר אהרן יוסף יודא גרין הי"ו, דער רב האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' מרדכי מענדל גרין הי"ו - ב"פ, מפטיר: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו, צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, פתיחה אנעים זמירות: החתן אהרן ב"ר מאיר הערש גליק הי"ו, נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:40.
נאכן דאווענען איז דער רב אריבער צו היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידוש לבת הנולד אצל מוה"ר אהרן יוסף יודא גרין הי"ו, דער רב האט געמאכט קידוש און געווינטשן לחיים פארן בעל שמחה ובני משפחה, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הר"ר יודא בער טעללער שליט"א וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל חתנו מוה"ר וואלף אלימלך שעהר הי"ו, ווי דער רב האט געדינט אלס סנדק, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה, דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור הלכה למעשה אין הלכות שבת סימן רנ"ג.
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פארן טאטן הר"ר גבריאל שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רב האט משמיע געווען דברי ברכה, און ממשיך געווען רעדנדיג איבער זינגען ניגוני קודש פונעם אלטן היים, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פונעם בעל שמחה הר"ר גבריאל שליט"א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען לביתו.
אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה ווי דער רב האט זיך משתתף געווען ביים בר מצוה פון הב' בן הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל הישיבה, ביים אנקומען האט דער רב געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר הרה"ג ר' יואל שליט"א, און פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי ברכה און ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס טראץ די שוועריקייטן וואס איז געווען די וואך אין ישיבה מיט די וואסער און לעקטער האט מען זיך נישט געלאזט שטערן און די סדרים זענען אנגעגאנגען תמידים כסדרן, דער רב האט ממשיך געווען ארויסברענגנדיג לשבח דער מנהל שליט"א וועלכע גיבט זיך איבער טאג און נאכט פאר די בחורים ולמען הצלחת הישיבה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה, דערנאך האט דער רב פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור הלכה למעשה אין סימן רנ"ג.
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר יואל ב"ר אברהם יצחק קאהן הי"ו, הב' בן מוה"ר יואל אברהם זאב אפפעל הי"ו, הב' בן מוה"ר דוד ווייס הי"ו - ק"י, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ג פסוק ב', דערביי האט דער רב משמיע געווען דברי התעוררות לימי השובבי"ם און מעורר געווען די בחורים זיך צו מאכן גדרים וסייגים אפי' די יצר הרע פרובירט אפצורעדן אז מען איז נאכנישט אין די מדריגות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז דער רב ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יושע הערש גליק הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון עטרת גינענדל.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר מאיר לעבאוויטש הי"ו - ב"פ, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף חכמת התורה בהנהלת הרה"ג ר' אלעזר פאנעט שליט"א, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען שטארקע דברי התעוררות בחובת השעה נאכדעם וואס א חשוב'ן תלמיד הישיבה איז פלוצלינג אוועק בימי נעריו, דער רב האט מעורר געווען די בחורים זיך צו אינטערנעמען קבלות טובות גלייך, און נישט אפשטיפן פאר מארגן ווייל עס קומט פונעם יצה"ר, און געענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל קאהן הי"ו, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר נחום שווארץ הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל אברהם זאב אפפעל הי"ו וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו און מוה"ר יצחק וואלף פילעפף הי"ו, אין די זאל פון הדר ריזל, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים חתונה פון החתן בן הר"ר שלמה אהרן פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר ליפא עקשטיין שליט"א אין די זאל פון גינת אסתר, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יוסף מיטטלמאן הי"ו און מוה"ר שלמה סופר הי"ו, אין די זאל פון עדן לאנדא, און דער רב האט געליינט תנאים.
אינדערפרי ארום 8:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפלת שחרית, מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:15 פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 5:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך תפלת מעריב אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול אין ק"י, נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה ברוב עם פארענט פון ביהמ"ד.
שפעטער האט דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ב פיש הי"ו אין די זאל פון כינור דוד, און דערנאך איז דער רב אהיימגעפארן קיין וומ"ס.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל שפיטצער הי"ו און מוה"ר אברהם הערש טעללער הי"ו, אין די זאל פון עטרת אסתר, און דער רב האט געליינט תנאים, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו און מוה"ר בעריש גליק הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו און מוה"ר וואלף לאנדא הי"ו, אין די זאל פון דעקאריום.
אינדערפרי ארום 9:20 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י, פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יואל שלמה יאקאב הי"ו, וואו דער רב איז געווען סנדק, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:55 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי, און דערנאך אום 6:20 תפילת מעריב אין חדר שמואל חיים בביהמ"ד הגדול ק"י.
ארום 10:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה לע"נ זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זצוקללה"ה וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם שבת קודש - ו' שבט, אינאיינעם מיט א סיום ששה סדרי משנה לרגל די יומא דהילולא קדישא און א מסיבה לטובת דעם כולל בוקר שע"י הביהמ"ד.
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דערנאך האט דער רב מסיים געווען די לעצטע משנה פון ששה סדרי משנה און געזאגט דעם הדרן, און הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו - ראה"ק האט געזאגט קדיש און מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים.
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א רב הביהמ"ד, און פאר אלע רבנים ודיינים אויפ'ן אויבנאן, און דערנאך פאר אלע משתתפים.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און צום ערשט משלב געווען דעם ענין פון א סיום משניות מיט א מסיבה פאר'ן כולל בוקר ווייל מ'זאגט דאך ביי א סיום אנו משכימים װאס דאס איז אויפשטיין פארטאגס, דער רב האט נאכגעזאגט א דבר תורה פונעם עצי חיים וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט נאכזאגן פאר די הקפות ביום שמחת תורה פארוואס די אבות הקדושים קומען אראפ, און דערביי אויסגעפירט אז דא אין ביהמ"ד קומט דער עצי חיים זיכער אראפ ווייל די ביהמ"ד איז נקראת על שמו און דורכדעם קען מען מקיים זיין די מצוות ה' כראוי ווייל ס'איז אזויווי א גדול איז עומד על גביו, דער רב האט ארומגערעדט בשבח פון א כולל בוקר בכלל און ספעציעל פון דעם כולל בוקר, און צוגעענדיגט מיט דברי שבח אויף זיין חשוב'ן זוהן הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א רב הביהמ"ד.
נאכ'ן מעמד האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.
ארום 5:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב גאלדשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יעקב שלום טרעגער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה און ארומגערעדט איבער עניני תשובה ותיקון המעשים בקול בכי לקראת די ימי השובבי"ם, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי הפרשה, צווישן אנדערע אויף די פסוקים אנפאנג סדרה ביי מכת ארבה און אויף די ווייטערדיגע פסוקים ביי מכת חושך.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די הארבקייט פון געוויסע חטאים אויף וואס ס'העלפט נישט קיין תשובה, דער רב האט מאריך געווען איבער דעם ענין און ארויסגעברענגט אז ס'איז דא צוויי וועגן וויאזוי מ'קען תשובה טון און נתכפר ווערן אויף די חטאים.
איינס איז דורך די קרעכץ פון א איד וואס דאס צוברעכט די שלעכטע מלאכים און אזוי דער רבי ר' זושא זאגט אז ער האט נאכנישט געזען קיין גאנצע מלאך פון אן עבירה, דערביי האט דער רב נאכגעזאגט א שטיקל דברי יואל וואס מ'האט נישט אריינגעדרוקט די אויספיר וואס דער רבי טייטשט אינעם פסוק איבער דעם ענין.
און די צווייטע זאך וואס העלפט אפי' אויף גרויסע עבירות איז האבן מסירות נפש פאר'ן אויבערשטן וואס דאס איז א תשובה אויף די עבירות, און דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוקי ומדרשי הפרשה לויט דעם.
דער רב האט מאריך געווען איבער די וויכטיגקייט פון זיך מקבל זיין קבלות טובות און ארויסגעברענגט אז מ'זאל זען אויסצונוצן די דריי לעצט פארבליבענע וואכן פון די ימי השובבי"ם זיך צו פארבעסערן אין אלע ענינים, ובפרט זאל מען זיך מקבל זיין אינעם ענין פון דאווענען, און דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט אז מ'זאל זען צו זאגן קרבנות פאר מען הייבט אן דאווענען, ס'איז א געהעריגע חלק פונעם דאווענען, באמת דארף אזוי זיין א גאנץ יאר אבער ספעציעל יעצט אין די ימי השובבי"ם, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: מוה"ר משה מענדל גליק הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר טעללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת בא - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע =
ערש"ק ארום 5:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 6:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע, מיט די זמירות שב"ק האט דער רב מכבד געווען חשובי אנ"ש הנאספים.
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע און אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען ש"ב האברך בן הר"ר אהרן מייזליש שליט"א בן כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל, נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק מרן בעל עצי חיים זי"ע וועלכע די יארצייט איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת - ו' שבט, און אזוי אויך עטליכע עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה לייב סאסוב'ער זי"ע וועלכע די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג - ד' שבט.
ארום 9:15 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אום 12:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען א קידוש לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זצוקללה"ה, דער רב האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רב געוואונטשן לחיים פאר בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א רב דביהמ"ד, און פאר אלע מתפללים, און דעם גאנצן ציבור.
דער רב האט דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא, צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט א מופת פונעם עצי חיים אז ער האט אויסגעהיילט א קרענק ביי בנו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דורכ'ן מתפלל זיין תפילת מנחה נעבן זיין בעט, דער רב האט ארויסגעברענגט אז די ביהמ"ד איז דאך נקראת על שמו פונעם עצי חיים איז זיכער אז ס'איז אן עילוי נשמה פאר אים, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
במשך דעם טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין קרית יואל.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים שלמה ווערטהיימער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת קליין.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אין א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א ביים ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יודא ארי' פעלבערבוים הי"ו היושב ע"פ בנו הב' אליעזר אלטר ע"ה. ~🌴~
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רב אנגעקומען אינעם בנין הת"ת דמוסדתינו הק' וויליאמסבורג ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע סניפי הת"ת פון די עלטערע כתות, דער רב האט אויפגעטראטן מיט א דרשה פאר די קינדער בדברי התעוררות לימי השובבי"ם און בפרט בעניני טעכנעלאגיע, דערנאך איז געגעבן געווארן די זכי' פאר אלע תלמידים איבערצוגעבן די קבלות טובות וואס מען האט זיך אונטערגענומען פארגאנגענע וואך ביים מעמד וימאן, דער רב האט איבערגענומען די קבלות און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדן באזונדער.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהילתינו הק' אין וומ"ס, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר האפי' פאר א לענגערע צייט און געהערט א דעטעלירטן באריכט פונעם מענעדזשער הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו.
ארום 5:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד', און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף הערש וויינשטאק הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה, און דערנאך אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יודא ארי' פעלבערבוים הי"ו היושב ע"פ בנו הב' אליעזר אלטר ע"ה, עס איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א און עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.
דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביים שמחת התנאים פון הכלה בת גיסו הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן כ"ק גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס מיט האדמו"ר מבאבוב שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע איז אנוועזנד געווען און די איבריגע רבנים אויפן אויבנאן, און מען האט זיך געוואונטשן לרגל די שמחה.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א ביים סעודת הילולא נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד דקהל עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת. ~🌴~