🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' משה שמואל ב"ר בערל שטיין הי"ו בביתו החדש אין וויליאמסבורג נעכטן אויפדערנאכט. ~🌴~
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאכ'ן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ג פסוק ב', דערביי האט דער רב משמיע געווען דברי התעוררות לימי השובבי"ם און מעורר געווען די בחורים צו מאכן קבלות טובות אין שמירת עינים און בפרט בעניני טעכנעלאגיע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול, און ארום 6:05 תפילת מעריב אין חדר ד'.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל פעלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה ברוך פאללאק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון ריווער טערעס, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יצחק געלבשטיין הי"ו און מוה"ר אברהם צבי בלומענפעלד הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס, דער רב האט געליינט תנאים, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנימין ליכטנשטיין הי"ו און מוה"ר זלמן לייב שווארץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר, דער רב האט געליינט תנאים.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אין די שפעטע פארמיטאג שעה'ן איז דער רב ארויסגעפארן קיין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען א מעמד התחלת לימוד גמרא פאר די צענדליגע תלמידי כתה ד' פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, במשכ'ן מעמד האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה און נאך, דער רב האט משמיע געווען טרעפליכע דיבורים לכבוד המעמד און ארויסגעברענגט דאס חשיבות און גרויסקייט פון לערנען תורה שבעל פה, און ווי הייליג די לימוד איז און וואס עס מיינט פאר א יונגל אין די יארן, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די מלמדים און אלע קינדער, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע תלמידים און באזונדער פאר'ן מנהל און די מלמדים, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס.
נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און עוסק געווען בלימודו בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה, סוף פונעם פארטאגס סדר האט דער רב פארגעלערנט א טיפזיניגע שיעור סוגיא אין די לימודי הישיבה, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען דעם 'מעמד וימאן' נגד פגעי טעכנעלאגיע פאר די הונדערטער ילדי התלמוד תורה פון כתה ו' ביז כתה ט' פון אלע סניפים, אלע תלמידים זענען זיך צוזאמגעקומען אינעם גרויסן זאל און מ'האט געהערט עטליכע דרשות איבער די שעדליכקייט פון טעכנאלאגיע און די נחיצות פון זיך אונטערנעמען א קבלה אין דעם ענין, צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר שטיינבערג שליט"א מלמד במוסדותינו הק' ב"פ, און נאך.
דער רב האט משמיע געווען גאר שטארקע דברי התעוררות בחובת השעה פאר די יונגע קינדער און ארויסגעברענגט די שעדליכקייט פון די אלע כלים קטן כגדול, און וויפיל עס האט שוין אלץ חרוב געמאכט און די חורבנות וואס האלטן אין איין קומען דערפון, און דערמיט אויפגעפלאמט די קינדער בקול דמע זיך אונטערצונעמען גרויסע גדרים וסייגים בעניני טעכנעלאגיע לרגל די ימי השובבי"ם.
נאכ'ן מעמד האבן אלע קינדער גענומען א שטר קבלה און אויפגעשריבן זייער אונטערגענומענע קבלות און גע'חתמ'עט בכתב ידם, אלע קינדער טראגן עס אהיים צו די עלטערן וועלכע שרייבן אונטער מיט שטאלץ דערויף און דערנאך וועט מען עס איבערגעבן פאר'ן רב שליט"א אין די נאכפאלגענדע טעג.
אינדערפרי ארום 9:45 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף כ"ג ע"ב - כ"ו ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, נאכ'ן שיעור האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך איז דער רב ארויף אויף א ניחום אבלים אין שטוב פון משפחת שטראהלי היושבים שבעה ע"פ אמם האה"ח אלמנת הרה"ח ר' זאב שטראהלי ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס מיט הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 36'סטע סטריט אין בארא פארק און מיט די בני המשפחה, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.
דערנאך איז דער רב ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די מחותנים, גיסו הרה"ג מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א - אב"ד סעמיהאי ור"מ בישיבת באבוב, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון ת"ת פאפא אין מאנסי, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן די חתן און די מחותנים ובני משפחה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו אין וומ"ס.
בהכנה דרבה גרייטן זיך די אריבער 1500 תלמידי מתיבתא הק' אין קרית יואל צום דערהויבענעם שבת התעלות והתרוממות וועלכע ווערט יאר יערליך געפראוועט בימי השובבי"ם בהיכל המתיבתא בעת ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
די בחורים האבן וועכנטליך די זכי' צו זיין מאוכלי שולחנו פונעם רבי'ן שליט"א און זענען זיך מסתופף בצל הקודש במשך גאנץ שבת קודש ביי די תפילות ושל"ס, יעצט ווען די רבי געפונט זיך אויף אפרוה קומט בנו בכורו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט"א פראווענען דעם דערהויבענעם שבת.
וואס ווי באקאנט איז ביים רב גאר גרויס די קדושת השבת ווי עס דערקענט זיך יעדן ליל שב"ק ביים באטע אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס, ובפרט ווען עס קומט אויס במשך'ן יאר צו פראווענען א שבת נאכדערצו מיט בחורים וואו די רב קאכט אריין אין ניגוני שבת ואמירת ד"ת.
דער שב"ק וועט זיך אנהייבן מיטן ווארעמען תפילת מנחה ערב שבת דורכן רב שליט"א בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, דערנאך וועלן די בחורים אריבערגיין צום בנין המתיבתא סניף ויואל משה - וואו עס קומט פאר וועכנטליך די שלחן הטהור דורכן רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די בחורים - וואו עס וועט פארקומען די סעודת ליל שב"ק בראשות דעם רב שליט"א נאכפאלגנדיג מיטן דערהויבענעם באטע ביי וועלכע עס קומען יערליך פילצאליגע תושבי ק"י מכל רחבי העיר צו מיטהאלטן די זמירות וד"ת.
שב"ק אינדערפרי וועט דער רב אריינקומען צו תפילת שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל וואו דער רב וועט יורד זיין צו תפילת שחרית און בענטשן ר"ח.
דער קלימאקס פונעם שבת וועט זיין די דערהויבענעם של"ס ביי וועלכע עס קומען זיך צוזאם א ריזן ציבור מכל רחבי העיר צו מיטהאלטן די לעכטיגע שעות בתוספות שבת מיט זמירות וניגוני התעוררות אינאיינעם מיט די דברי תורה וואס איז רייך משולב מיט דברי מוסר והתעוררות לימי השובבי"ם, און וועט געשלאסן ווערן נאך מעריב ווען דער רב וועט מאכן הבדלה פאר די בחורים. די בחורים קוקן שוין ארויס לענגערע וואכן צום געהויבענעם שבת קודש, און שטייענדיג יעצט ציילט מען שוין די שעות צום שבת וואו מען וועט זיך אנווארעמען מיט קדושת השבת פאר'ן גאנצן לאנגן ווינטער און מיטנעמען הויפענעס חיזוק הדרכה והתעוררות פאר א לענגערע צייט.
🌴בצל מורינו🌴 דרשת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אסיפת התעוררות פארגאנגענעם מיטוואך אויפדערנאכט נאך מנחה וקריאת ויחל אין ביהמ"ד בית מנחם צבי דקהלתינו הק' אין וויליאמסבורג. ~🌴~
דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת ויגש האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין שטאט קרית יואל בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און מיטגעהאלטן דעם שבת של שמחה בצל רבינו שליט"א, שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן בן אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מוצאי שבת קודש איז דער רב אריבער אינאיינעם מיט די חברי הנהלת ישיבת דרך התורה אין שטוב פון הרה"ח הנגיד ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו ארויסצוהעלפן מיט די אסטראנאמישע הוצאות לטובת הישיבה ובפרט פאר'ן נייעם בנין הישיבה וואס איז אריין אין באנוץ אינעם פארגאנגענעם יאר און שטייט יעצט אין די לעצטע פאזעס און גענצליך צוענדיגן און משפץ זיין דעם בנין אז עס זאל פארענדיגט ווערן כלול בהדרו.
ווי באקאנט האט דער רב שליט"א אין די לעצטערע יארן געגרינדעט די ישיבה קטנה דרך התורה אויסער די שטאט בברכתו ועידודו פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און איז מיט א שנעלקייט אנגעקומען צו װערן צוויי באזונדערע פולע ישיבות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, און דער רב אליינס איז אריינגעטוהן בעובי הקורה סיי אינעם חלק הרוחני און סיי די חלק גשמי פון די ישיבה זיכער צו מאכן אז די בחורים קענען שטייגן אן קיין שום שטער.
די לעצטע יאר צייט האט מען אויפגעבויעט א שפאגל נייעם בנין פאר די ישיבה און דער רב אליינס גייט ארום צו נדיבים בעם שאפן גרעסערע סכומים צו קענען באצאלן די גרויסע קאסטן.
מוצ"ש איז פארגעקומען א חתימת שטרות אין שטוב פון ר' חיים אברהם וואו דער נדבן האט מנדב געווען א גרויסן סכום לטובת הישיבה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן ובני משפחתו.