דער רב האט צוגעלייגט אז אזויווי דער הייליגער שינאווער רב זאגט, אז מען זאל קוקן וואס ערליכע אידן טוען, מען זאל גיין פרעגן ערליכע אידן, דיינים, און בעיקר תלמידים פון רבין ז"ל וועלן זיי אלע זאגן אז א בחור האט נישט וואס צו זיין ביי תנאים'ס, און דער רב האט געזאגט אז עס קומט אסאך אויס צו גיין צו תנאים'ס און מ'קען אסאך מאל זעהן ווי בחורים זענען דארט און עס איז זייער אומבא'טעם'ט מיטצוהאלטן די שווערע מכשולות וואס קומען ארויס.
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט דברי הדרכה אינעם ענין פון האבן הכרת הטוב פאר די עלטערן, זיך אויפפירן צו עלטערן אזויווי מען וויל די קינדער זאלן זיך אויפפירן צו אים, אפי' מען מײנט אז מען פארשטייט בעסער, און דער וועלט זאגט אז אויסרייסן א מדה איז שווערער ווי צו ענדיגן ש"ס אבער מ'קען זאגן אז אביסל ארבעטן אויף א מדה איז אויך שווערער ווי צו ענדיגן ש"ס, אבער מיט דעם אלעם דארף מען ארבעטן אויף זיך, דערנאך האט דער רב שטארק ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די ענין אז א בחור וואס האט אביסל מער כשרון ווי א חבר מיינט אז ער מעג אים שוין טשעפענען וכדו', און דער רב האט פאר א לענגערע צייט פארציילט עטליכע מעשיות פון אינגעלייט וואס מוטשען זיך ווייל אלס קינד האט ער געטשעפעט זיין חבר, און צוגעענדיגט אז וואס מען טוט טוט מען פאר זיך, און דער אויבערשטער צאלט צוריק, וואס מען האט געטוהן פאר א חבר באקומט מען אויף די אייגענע קינדער.
די זמירות האט דער רב אליינס אנגעהויבן בהתלהבות אש מיטשלעפנדיג דער גאנצער ציבור אינעם ווארימען שבת'דיגער אטמאספער,
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער בעה"ב ואברכים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע סעודה בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, מתובל מיט דברי תורה, מוסר והדרכה, התעוררות והתחזקות.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, מ'האט געזינגען כל מקדש, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען געזינגען מנוחה ושמחה.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה על דרך הפרד"ס אויפ'ן פסוק 'וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב באל שדי ושמי ה' לא נודעתי להם' אין אויפ'ן מדרש 'אמר לו הקב"ה למשה טוב אחרית דבר מראשיתו, טובה אחריתן של ישראל מראשית שנתתי להם במצרים'.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט אז מען זאל לעבן מיט אמונה און בטחון און זיך נישט זארגן, נאר דער באשעפער טוט וואס איז גוט פאר אונז, און בפרט ווען עס קומט צו שידוכים זעהט מען עס שטערקער אז וואס עס איז די ריכטיגע זאך דעס געשעהט, נאר מען דארף זיך האלטן מיט די אמונה,
און דער רב האט ממשיך געווען ארויסברענגנדיג אז יעדע איד קען שפירן א טעם אין שבת, און דער רב האט פארציילט א מעשה פון א איד וואס איז אמאל געקומען צו זיין רבי אפאר וואכן נאך יו"ט, האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס ער איז געקומען די וואך, האט ער געזאגט אז ער האט געוואלט קומען א פראסטער שבת, האט דער רבי זיך אנגערופן אז איך האב נאכנישט געטראפן קיין פראסטער שבת, אבער א פראסטער מענטש יא, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מ'האט געזינגען ניגוני שב"ק, מ'האט אויפגעגעבן לעבער, דער רב האט אנגעהויבן קה אכסוף,
דערנאך האט דער רב עטליכע מאל פארציילט עובדות וסיפורים פון דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת בא - ב' שבט, און אזוי אויך סיפורים ועובדות פון הרה"ק המהר"ם שיק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת בא - ר"ח שבט, ווען אינצווישן האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען נכד רבינו החתן יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א,
מ'האט אויפגעגעבן פירות, און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.
דערנאך האט דער רב געזאגט אז 'עיניו נכח יביטו' נכ"ח איז ר"ת נ'שמת כ'ל ח'י, מען זאל זעהן זיך צו לייגן צייטליך כדי צו האבן כח צום דאווענען מארגן.
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
מען האט געזינגען נאך עטליכע ניגוני שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים לביתו.

👁 136